The Maccabaean · Vol. II, No. 3 · March 1902
179printed page
scan 47 of 56
Facsimile · scan 47 of 56
Scan of p. 179
Text · transcribed from the scan

פינף און פערציג נעכט, און אויסער דיא נעוועהנ־ליכע פערריכטונגען פון דיא קליינע, פלענט בייאדיא גרויסע אויף ליכט אנגעצונדען ווערן, דער חולהפלענט זיך אנטאן אין טייערע ווייסע קליידער, אוןקעסטליכע שיסלען פון שפייז און געווירצען איזאויסגעשטעללט געווארן אין צימער.

עס שוידערט מיר ווען איך דענק פון דאס אלעס וואס איך האב אנגעשריעפען, און שרייבענדיג צי־ מערן מיר דיא הענט. מיר אלטע איינוואהנער פון ירושלים האבען פיעל דורכגעמאכט און מיטגעמאכט ביז מיר האבען אונזער הייליגע שטאדט צו איהר איצטיגען גליקליכען צושטאנד געפראכט, גליקליך איז דער איצטיגער דור וואס האט ניט געדארפט דורכגעהן דיא שבעה מדורי גהינס אום אין גן־עדן אריין צו קומען.

יוסף שלמוני.

אנמערקונג דער רעדאקציאן.—דיא לעזער דאר־ פען אזוי וויא מיר דאנקבאר זיין אונזער געעהרטען גרייזען פריינד פאר זיינע אינטערעסאנטע עראינ־ גערונגען. ער גיט דעם יונגערן לעזער א בעגריף וועלכע וואונדערטהאטען זיינע עלטערן האבען בע־ וויעזען אין וועניגער פון פופציג יאהר. פון א וויסטע לאנד האבען זיי א גרינעם גארטען געמאכט; פון א רואינירטע שטאדט איז געווארן וויא דורך צוי־ בער א שטאדט פון פאלאצען, שענער און גרעסער פון דיא אלטע קעניגס־שטעדט; פון א צוזייטע, צו־ צושפרייטע און פערפאלגטע פאלק איז געווארן א נאציאן, בעריהמט און געאכט ווייט און ברייט. מיר ירושלים'ער איינוואהנער ווייסען וויא אונזער שטאדט זעהט איצט אויס; אבער אז אונזער ציי־ טונג ווערט פיעל געלעזען אין אויסלאנד און דיא מייסטע פון דיעזע לעזער האבען אונז נאך קיין בע־ זוך געמאכט, דענקען מיר פאר נויטווענדיג צו אי־ בערזעצען און צו דרוקען א בריעף וואס אן אמע־ ריקאנער רייזענדער האט געלאזט אבדרוקען אין „ניויארקער אדיפאן“, און אין וועלכען ער האט, ווען אויך ניט גענוי, געשריבען ירושלים און ארץ ישראל. עס וועט ערשיינען אין אונזערע נעכסטע נומערן.

סארט מישעניגע פון א ביסעל ווייץ, גערסטען, זאלץ, וואסער, מילך, האניג און צוקער. דיא אלע זא־ כען האבען געמוזט צומישט ווערען גראדע אום מיטגאכט. זיא האט דאן גענומען א ביסעל פון דיא מישעניגע און האט עס אויסגעווארפען ארום בעט אויף וועלכע דער קראנקער איז געלעגען, און דיא איבריגע איז צומהיילט געווארען אויף'ן שוועל און אין דיא פיער ווינקלען פון צימער.

דען אין א שושקענדיגען קול פלענט דיא מכשפה זאגען דיא חחנה: „מיינע הארען, איך בעט אייך איהר זאללט האבען רחמנות, מיטלייד און דער־ בארמונג אויף דיא נשמה פון אייער קנעכט (אדער דיענסט), דער קראנקער (אדער דיא קראנקע) פלוני (אדער פלונית), דער זון (אדער דיא טאכ־ טער) פון אייער דיענסט פלונית, און זאלט מוחל זיין זיינע (אדער איהרע) זינד, און אויב ער אדער זיין האט געטהאן וואס איז געלעכט אין אייערע אויגען, און האט קעגען אייך געזינדיגט, זייט איהם (אדער איהר) מוחל, און פערניט איהם (אדער איהר) דיא עברות; גיט איהם (אדער איהר) לע־ בען, און גיט איהם (אדער איהר) צוריק זיין (אדער איהר) שטארקייט און געזונדהייט. לאז דיא האך־ ניג און צוקער זיין צו מאכען זיס אייערע גומענס און מיילער, דיא ווייץ און גערשטען צו פיטערן אייערע שאף און רינדער, און דיא זאלץ און וואס־ סער צו מאכען שלום, פריינדשאפט, ליעבע און ברידערליכקייט, און אן אייביגע פערבינדונג פון זאלץ צווישען אונז און אייך.“ דאן האט זיא צו־ בראכען עטליכע אייער און דאס ארויף געגאסען אויף דיא אנדערע מישעניגע, האט זיך אויסגע־ צויגען אפין פאדלאנע, געקוסט דיא ערד און גע־ זאגט ווייטער: „איך בריינג אייך לעבען פאר לע־ בען, דאס איהר זאלט צוריק געבען דעם לעבען פון דעם חולה“.

דאס איז געטהאן געווארען פאר צוויי אדער דריי נעכט כסדר, און ווען קיין בעססערונג איז געקומ־ מען, איז עס אויך פארטגעזעצט געווארען. דיא גרויסע „אינדולקא“ איז אויסגעצויגען געווארן פאר