The Maccabaean · Vol. II, No. 3 · March 1902
180printed page
scan 48 of 56
Facsimile · scan 48 of 56
Scan of p. 180
Text · transcribed from the scan

בען פון הונגער עססען זיך איינער דעם צווייטען, עס איז אלזא קיין וואונדער דאס דורך דיא גרויסע נויט וואס האט דאמאלסט געהערשט אין ירושלים, איז דער פרידען געשטערט געווארען. מען האט זיך געצאנקט, געקרענט, געזידעלט, זיך בעטראגען איינער דעם אנדערן, עס איז געווען קיין אחדות, קיין הארמאניע. דיא לייטע וואס מען האט געצאהלט זיי זאללען מחפלל זיין פאר דעם „פריעדען פון ירושלים“ האבען אפילו צווישען זיך קיין פריעדען געהאט. דיא מייסטע זיינען געווען רכילות טרייבער, פלעגען א נמאכען קנאה, שנאה; אינטריגאנטען און בעטריגער; זיינען געווען אבער גלייביש, אינטאלעראנט און פוילענצער. אבער אויך פיעלע אנשטענדיגע לייט היאב איך דארטען געפונען, געבילדעטע, ארבייטס־ווילענדיגע לייטע, א רענטליכע זימליכע מענשען ווא ס פלעגען אנווענ־ דען אלע מיטלען אליין צו פערדיענען זייער לע־בענס אונטערהאלט. ווען דיא אידישע קאלאניס־ טען האבען געדארפט הא בען פאר א קורצע צייט ארבייטער, פלעגען א ט דיא לייטע לויפען מיט שמחה ארבייטע פאר א גאנץ קליינעם לוין. מיט דיא לייטע וואס האבען געשיינט וויא ליכטיגע שטערן אין א פינסטערן הימעל בין איך באלד בע־קאנע געווארן און זיי זיינען אויך געווען דיא אור־ לא פען. און ווארום דיא בין איך בין באלד פון ירושלים ענט־ לאפען.

איך האב געזאגט דאס דיא ירושלים'ער אידען זיינען דאמאלסט געווען אבערגלייביש. אום דעם לעזער א בעגריף צו געפען וויא ווייט זייער אבער־גלייבען האט געגרייכט, וויל איך דא צום שלום בעשרייבען איינע פון זייערע כמעט געטצענדיגסט־ליכע מיטלען. עס הייסט „אינדולקא“ און איז איינ־געטיילט אין צוויי, דיא גרויסע און דיא קליינע. עס איז געברויכט געווארן נאר פון דיא ספרדים אין פאל פון געפעהרליכע קראנקהייט, פלוטצלונגע בלינדקייט, משוגעת, פאללעדיגע, עקרות און דיא וואָס האבען פערלאָרן זייערע יונגע קינדער. מען האט דעם חולה געלאזען אליין אין א צימער מיט דיא אלטע פרוי וואס האפ פערריכט דעם כשוף, נאכדעם מען האט אויסגעראמט אלע היי־ליגע זאכען און אפילו דיא מעבעל פון צימער וואס מען האט גערייניגט און אויסגעווייסט. אין דיא נאכט ווען דיא אינדולקא איז אָבגעריכט געווארן האט דער חולה ניט געטאָרט דאוונען, לערנען, אָדער דערמאנען א הייליגען וואָרט. דיא מכשפה האט דאן צורעכט געמאכט דעם היילמיטער, א

געשלאסען, און האבען געוואלט בעגראבען ווערן אין „עמק יהושפט“ אום ניט צו ליידען „גלגול מחלות“ ווען משיח וועט קומען. זיי פלעגען פער־בריינגען זייערע לעצטע יאהרען אין לערנען, דאור־נען, בעטען און פאסטען. א זעלבע לייטע איז אויסלאנד פלעגען זיי שיקען געלד צום לעבען. אזוי האט זיך געגרינדעט דיא „ר“ מאיר בעל הנס פושקעס“, וואס מען האט אמאל געפונען אין יעדע אידישע הויז און וואו זיי פלעגען ווארפען געלד אין צייטען פון לייד און פרייד. מיט דער צייט האבען אָנגעפאנגען צו פאָהרען נאָך ירושלים א ביסעל אינגערע אידען, וואס האבען גענומען זייערע פאמיליעס מיט זיך, און עס איז אלזא ענטשטאנען א יונגער דור, און פון זיי איז ענטשטאנען נאך א יונגערער דור וואס זיינען געבארן געווארן אין דיא הייליגע שטאדט און האבען דארט געהייראטה, און האבען ערצייגט נאך אן אינגערן דור. ווען דיא פיהרער פון שטאדט האבען געזעהן דאס דיא געלד וואס מען שיקט אריין פון אויסלאנד איז ניט גע־גונ, האבען זיי אָנגעפאנגען צו שיקען משולחים אין אלע ארבע פנות העולם צו קלייבען געלט וויפיעל זיי נאר קענען. און זיי האבען טאקי גרויסע סומ־מען געלטען אריינגעשיקט קיין ירושלים, און דאס מען פלעגט מען פערטהיילען צווישען דיא ארבייטסלאזע אונבעשעפטיגטע פאמיליען־פעטער, און דאס האט מען גערופען „חלוקה“. אלזא קען מען שוין פער־שטעהן, וויא דיא אָרימע מענשען האבען געלעבט פון דאס ביסעל וואס זיי האבען געקראָגען. א פא־מיליע פון צעהן פלעגען וואהנען אין א קליינעם פינסטערן צימטערל, אָהן מעבעל, אָהן בעטצייג, נאר א בינטעל לופעטעס אויף וועלכע זיי פלעגען שלאפען, און דאך זיינען געווען פיעלע וואס האבען אָט דיא ארמזליגע מענשען מקנא געווען, ווייל זיי האבען אפילו דאס אויך ניט גע־האט, נאר פלעגען ליגען אין קעלערס, אין ווינקלען גאסען, אין דיא שולהויפען, אין דיא שולען. וואס־סער איז דאמאלסט געווען א טייערע זאך אין ירושלים, פיליכט אזוי טהייער וויא היינט איז וויין, און דארום איז קיין וואונדער דאס זיי זיינען געווען אזוי שמוטציג. מיט דער צייט זיינען זיי עס ליעב געקראָגען, און האבען זיך געהאלטען. אין שויט אין אפילו ווען זיי האבען געקענט זיין ריין. פיש אין וואסער וואס האבען קיין אנדערע שפייז־עסען זיך איינער דעם אנדערן; דיא וועלף געטרי־