The Maccabaean · Vol. I, No. 3 · December 1901
154printed page
scan 50 of 102
Facsimile · scan 50 of 102
Scan of p. 154
Text · transcribed from the scan

דיא רייזע איבער דעם מיטלענדישען ים אונד דיא אנקונפט אין ארץ ישראל

[קורצע ערינגערונג אויס מיינער רייזע נאך פאלעסטינא.]

שטעטד אונד דערפער, פיראמידען אונד אבעליסקען,האט זיך איינגעטהיילט אין פעלקער אונד נאציאנען,האט געגעבען דער וועלט דריי רעלי־גיאנען,האט אוועקגעלעגט דעם פעסטען פונדא־מענט פון ישר אונד אמת אונדהאט עררייכט צו דער העכסטער שטופע פון ציוויליזאציאן, קולטוראונד פראגרעס.

מצרים אין אפריקא, ארץ ישראל אין אזיען, גריכענלאנד אונד רוים אין אייראָפּא — אָט דאָס זיינען דיא שווערע שטיינער אונד פעלזען, פון וועלכע עס זיינען אויסגעהאקט געוואָרען דיא פעס־טע זיילען צום טעמפעל פון דער אללגעמיינער וועלטגעשיכטע. אונד אין דיעזען גרויסען טעמפעל האבען מיר אידען אין דיא אוראלטע צייטען גע־האט דעם שענסטען פלאטץ ביי דער מזרח־וואנד אונד האבען דאָרט אנגעצונדען דיא מנורה פון תורה אונד חכמה, פון וועלכע דיא ליכטיגע שטראהלען האבען זיך צושפרייט איבער דער נאך צער וועלט. פון אפריקא זיינען מיר געגאנגען נאך אזיען, פון אזיען נאך אייראָפּא אונד האבען אונז אימער געהאלטען ביי דיא ברעגען פון דעם מיט־לענדישען ים אונד האבען איבעראל פונאנדערנע־וואָרען צווישען פון וואהרייט, יושר אונד גערעכ־טיגקייט צווישען דיא פעלקער אונד נאציאָנען פון יענער צייט.

אבער ליידער, צום טיעפסטען בעדויערן, האט אונז דיא געשיכטע בעצאהלט מיט פאלשע מטבעות פיר דאס גוטע וואס מיר האבען געלייסטע, אונד פיר דיא טהייערע בריליאנטען, וועלכע מיר האבען געשענקט רעכטס אונד לינקס, האט מען פערצאפט פון אונזערע הערצער אונד דעם מארך פון אונזערע ביינער. פון יענער שעהנער אונד גליקליכער צייט זיינען פערבליעבען בלויז אלטע חורבות אונד צובראכענע שטיינער אונד פעל־זען, אבער נאך יעצט זיינען דיעזע טוידטע עדות אים שטאנד מיט דער שטימע פון זייערע טיעפע קברים צו דערצעהלען דער וועלט פון אונזער גרוי־

זאנטאג, דעם 19טען פעברואר פון דעם יאהר 1893. האבען מיר אונז געזעצט אין מארסעל אויף דער פראנצעזישער שיף „סאלאזיע“, וועלכע געהט דירעקט נאך אלעקסאנדריא אין פערלויף פון פינף טעג, אונד אין אלעקסאנדריא האבען מיר גענומען א צווייטע שיף נאך יאפפא, זא אז דיא גאנצע רייזע האט בלויז געדויערט זיעבען טעג. ווענען דיא גרויסע שיף האט זיך געריהרט פון ארט, האבען מיר אויסגעשפראכען אונזער הערצליכען „גוד בייא“ צו אייראפא אונד האבען אונזערע אויגען אונד געראנקען געריכטעט נאך דער מזרח־זייט, צו אונזער אלטער מוטער ציון. מיר האבען פעסט אונטערגעגעבעלט אונזערע לענדען אונד האבען זיך איבערגעגעבען צו דיא „היסטארישע“ וועלען פון דעם מיטלענדישען ים. וויא שעהן אונד וויא ריכטיג פאסט דאס ווארט „היסטאריש“ צו דיעזען ים — צו דעם אלטען ים הנדל! דיעזער ים האט געזעהען דרי פיערטעל פון דער גאנצער וועלט־געשיכטע. אין דיעזער קלייזשע, וועלכע פלעסקעט זיך צווישען אפריקא, אזיען און אייראפא, האט זיך אבגעשפיעלט יענע גרויסע דראמא, פון וועלכער דער אנפאנג איז פערווארען אין דיא אוראלטע פערגעגענהייט אונד דיא ענדע ציעהט זיך אין דער עוויגער צו־קונפט. פון דיא 4000 יאהר וועלטגעשיכטע זיי־נען גאנצע 3000 יאהר פערשריעבען געווארען אויף דיא ברעגען פון דיעזען ים, אונד דיא בערג אונד טהאלען וועלכע ריגגלען איהם ארום פון אלע זייטען, האבען ניט בלויז געטראגען אויף זיך דאס וויעגעלע פון דער מענשהייט, זאנדערן האבען מיט זייערע אויגען געזעהען וויא דאס קינד איז ארויס פון דיא ווינדעלעך, וויא עס האט זיך געשטעללט אויף דיא פיסלאך אונד האט אנגעפאנגען צו וואקסען, צו בליהען, צו ליעבען אונד צו לעבען האט זיך ענטוויקעלט אין קערפער אונד זעעלע, האט ערווארבען מוטה אונד קוראוש, האט געגרינדעט קעניגרייכען אונד פירסטענטהימער, האט געבויט