The Maccabaean · Vol. I, No. 1 · October 1901
44printed page
scan 42 of 54

אויסגעניכטערט.

טעפ אונד געשיילט רויהע פאטייטאס. וועלכע ער האט געווארפען אין א טעפיל. אויסער איהם און דער בייבי איז קיין לעבענדיגער נפש ניט געווען אין דיא רומס.

אויף דעם געזיכט פון דעם אלטען איז שווער צו דערקענען צו וואס פיר א נאציאן ער געהערט. דאס איז געווען א אנגעפלאזענע אונד פערוועלקטע געזיכט, מיט א קורצע, גראבע, רויט-בלויליכע נאז אונד א פאאר קליינע פערגאססענע אויגען. דער בערדעל אונד וואנציעס פון נאנץ קורצע שטער־ כענדיגע האר, וויא פון א פאאר וואכען געוואקס־ סען, האבען בערעקט א פאאר דיקע ליפען. דיא האר פון קאפ גרוי, געדיכט, לאנג — לאנג ניט גער־ שארען אונד לאנג ניט געקעמט. זיין שטערן הויך אונד געקנייטשט אין דער לענג אונד אין דער ברייט, מיט אדערן וויא דיא בייטשען. דיא נא־ ציאנאלע ציגע זיינען געווען אפגעווישט פון דעם געזיכט, אונד זייער פלאטץ האבען פערנומען דיא כאראקטער-ציגע פון שכרות אונד דעגענעראציאן. פאססענד צו זיין גאנצע מיטטעלטעססיגע פיגור איז אויך געווען דיא קליידונג. ער איז גער־ זעססען אהן א רעקעל, דיא ארבעל פון זיין העמד שווארץ אונד צוריססען. דער הינקענדיגער טשער האט געסקריפעט אונטער איהם. ער האט זיך אלע מאל אונטערגעהויבען אונד געקוקט צו דער טהיר, וואס פיהרט אין האלל אריין, וועלכע איז געשטאנען אפען.

עס איז געווען צו זעהן אז ער ווירד איממערמעהר אונגעדולדיג. מיט א מאל האט ער אוועק־געווארפען דיא פאטייטא מיט'ן מעססער אונד אקריץ טהוענדיג מיט דיא צייהן האט ער אויסגע־רופען מיט א בייזען, הייזעריגען קול: „גאד דעםאיט!“

ער האט זיך אויפגעהויבען, איז צוגעגאנגען שנעל, זיך וואקעלנדיג, צו דער האלל טהיר אונד זיך גער נומען שרייען מיט כעס אונד אין איין אטהעם: „טשארלי! טשארלי! יו לויפער! טיעף! דאג! טשא—ר—ר—לי!“

„האללא, פאפ!“ האט זיך אנגערופען פונ'ס פינסטערן האלל א קוויטשעדיגע שטימטע, אונד

[44]

פון ז. קארנבליטה.

אפ-טאון, אין איינע פון דיא ניו-יארקער איסט סייד גאססען, מייסטענס בעוואהנט פון דיא ארימסטע איירישע פאמיליען, איז געזעסען אויף א דריטטען פלאר אין א שמוטציגער קיטשען א מאן וואס האט אויסגעזעהען א יאהר 60 אלט.

דאס איז געווען אונגעפעהר 8 אוהר אבענדס. אין דיעזען קיטשען רום אויפ'ן מאנטעלפיעס האט געברענט, אדער ריכטיגער צו זאגען, עס האט גער רויכערט א קליין לעמפעל, פון וועלכען דאס גלאז איז געווען געפלאטצט אין עטליכע ערטער אונד א שטיקעל פונ'ס העלזעל אפגעבראכען.

וויא דאס גלעזעל האט זיך געהאלטען צוזאמען איז געוועזען א וואונדער. אבער נאך א גרעססער רער וואונדער איז געווען וויא דאס ציממער האט זיך געהאלטען צוזאמען. דער סילינג אבגעפאל- לען אין עטליכע פלעטצער, ערטערווייז אויפגעבלא- זען אונד צושפאלטען—נאוי אראפצופאללען. אבר געפאללען, אויפגעבלאזען אונד צושפאלטען זיינען אויך געוועהן דיא ווענט.

דאס מעבעל האט פאלקאמען הארמאנירט מיט'ן צימטער. דיא וואש-טעפ האבען פערטרער טען דיא שטעללע פון א טיש. דיא עטליכע ביינקר ליך זיינען געווען מיט הינקענדיגע פיסלעך אונד מיט איינגעבראכענע זיטצע. אונטערגעשפארט אויף ציענעל איז געשטאנען א קליינער צובראכער גער, קאלטער אויווען. אין מיטען צימטער א וויענעל אויף צווייא פיס וויא האלבע רייפען מיט דיא שפיטצען ארויף, וועלכע ווארען ארומר געבונדען מיט שטריקלאך אונד איין פוס פעראנר קערט מיט א ציעגעל. א-פנים אהן דעם אנקער וואלט זיך דאס וויענעל איבערגעבויגען אויף יענער זייט. אין וויענעל איז געלעגען א קליין, דאר, בלייך נפש'ל אונד געשלאפען.

פון דער קיטשען האט געפיהרט א טהיר אין נאך חדרים, אבער דארט איז געווען פינסטער. בלויז א שטארקער שלעכטער גערוך האט זיך גער טראגען פון דארט אין קיטשען אריין. דאס אלעס בייא דעם האלב-דונקעלען שיין פון דעם פערריי- כערטען לעמפעל, האט פארגעשטעללט א סצענע פון ארמוטה, עלענד אונד שמוטץ. דער אלטער מאן איז געזעסען אויף א טשער פאר דיא וואש-