The Maccabaean · Vol. I, No. 1 · October 1901
45printed page
scan 43 of 54
October, 1901.]
THE MACCABÆAN.
45

נאטאר האט דענאך אויף דיעזע ביטטע קיין אנט־ווארט ניט געגעבען.

— פון ווארשוי קומט דיא נאכריכט אז א מאסע אידישע עמיגראנטען זיינען ארעטירט געווארען ביי דיא גרענעצען, וועלכע זיי האפען געוואלט ארי־בערגעהן אהן פעסער. דיא אונגליקליכע זיינען מייסטענס אין גרויס ארמוטה אונד מען שיקט זיי צוריק „פא עטאפ“ נאך זייערע פריהעריגע וואה־נונגסערטער.

מיטישע רעגיערונג ווילל אין נאנצען אויסשליעסען אידישע קינדער פון דיא בילדונגס־אנשטאלטען.

— דיא לאנד־אייגענטהימער פון דער גובערניעטאורידא [קרים] האבען זיך געווענדעט צום גו־בערנאטאר מיט א ביטטע, ער זאלל ערלויבען אי־דען צו וואהנען אין דיא דערפער, וועניגסטענסאין דיא דריי הערבסט מאנאטען. דיא לאנדאייגענ־טהימער ערקלעהרען, אז זיי פערליערען זעהר פיעלאין תבואה האנדעל צייט מען האט פערבאטעןאידען צו קוממען אין דיא דערפער. דער גובער־

קאררעספאנדענץ.

[איבערזעצט פון העברעאיש.]

רעדט צו אונזערע רייכע ברידער, צו אונזערע קצינים, צו דיא יעניגע וועלכע לעבען גוט אין רוס־לאנד מיט דעם בטחון אויף זייערע קאפיטאלען; צו דיא וואס פערבריינגען אין לוקסוס און פערגניגען אין פראנקרייך, צו דיא וואס געניעסען גוטע מאכלים אין גאליציען, צו דיא וואס טרינקען טהייערע וויי־נען אין דייטשלאנד, צו דיא שטאלצע אריסטאק־ראטען אין ענגלאנד אונד צו דיא וואס שפיעלען אין קארטען, באלל, רייסעס אונד פרייז־פייט דא אין אמעריקא — צו דיא אללע רעדט אז זייא זאללען אונז אויך מיטהעלפען צו רעטטען דאס אי־דישע פאלק. לאזט זייא הערען דיא שטיממע פון זייערע אונגליקליכע ברידער אין רוססלאנד, רומע־ניען, מאראקא אונד פערזיען; לאזט זייא הערען דיא פערצווייפעלטע יאמערגעשרייען פון אונזער פאלק אין יענע ווייטע מדינות; זאללען דיעזע רייכע צו אונז זיך אנשליעסען; זאללען זייא קויפען שערס פון נאציאנאלען פאנד; זאללען זייא צוליעב דיא נאציאנאלע אידעע אויפגעבען זייערע פריוואט מיי־נונגען אונד מיט איין אמת זוכען נור דיא טובה אונד דיא ישועה פון זייערע אידישע ברידער, דאן וועלען מקוים ווערען דיא ווערטער פון אונזער גרוי־סען פראפעט: ירושלים וועט בעזעטצט ווערען אונד דיא שטערט פון יהודה וועלען וויעדער אויפ־געבויט ווערען.

. כהנאוויץ.

גרינסבורג, פא.:— וויא אנגענעהם איז דיא נאכ־ריכט, אז בעריהמטע שרייבער, פראמינענטע מענ־נער האפען זיך גענומען דיא אויפגאבע, ארויסצו־געבען א ציוניסטישע צייטונג, א זשורנאל, וועל־כער וועט ערשיינען אום צו העלפען אונזער פאלק, אום אונז צו צייגען דעם וועג וואס פיהרט צום ליכט. איהר, געעהרטע העראויסגעבער, איהר וועט דיעזע צייטונג ווידמען פאללשטענדיג פיר דיא אינטערעסען פון אונזער ארמעס פאלק, איהר וועט בעאבאכטען אללעס וואס עס געהט פאר אין יודענטהום. רעדט צום פאלק, רעדט אהן אויפ־הער, אז אללע זאללען וויא איין מענש זיך פער־אייניגען אויפצופויען. דיא חורבות פון ציון; רעדט צו אונזערע שוועסטער אונד ערקלעהרט זייא אז עס איז אויך זייער פפליכט אונז צו העלפען. דאס הערץ פון א אידישער פרוי פיהלט אימטער, אזוי וויא דבורה דיא נביאה. וויא הייליג עס זיינען דיא ווארטען וואס ווערען אויסגעשפראכען פון פאלק אונד פון זיינע געטרייע שלוחים. ווארום זאללען אלזא אונזערע פרויען אין דיעזען פרייען לאנד שטעהען פון ווייטען? איך ווילל אפפען זאגען, אז נאך מיין מיינונג קענען מיר ניט פיעל אויפטהון אהן דיא הילפע פון דיא פרויען. אויב מיר וועלען אויפוועקען אין זייערע הערצער דעם נאציאנאלען נייסט, וועלען זייא ווירקען אז אונזערע קינדער, דער נייער דור, זאללען זיין טרייע ציוניסטען.