ירושלים האט קיינע פאבריקען, אבער דיא גרעס־טע געשעפטסהייזער פון דעם נאנצען לאנד געפי־נען זיך דארטען, ווייל ירושלים איז דער דער־פולם פון דיא אידישע נאציאן, זיא איז דער מיטעלפונקט פון דיא אידישע רעליגיאן, און אללע קומען צו איהר. דארטען איז נאטירליך דיא רע־גיערונג פון דיא רעפובליק, דארטען זיטצט דער סנהדרין, דארטען זיינען דא דיא מעהרסטע ביל־דונגס־אנשטאלטען און אינסטיטוטען. כמעט א יעדער האט עפעס וואס צו טאהן אין ירושלים, און ווען ער איז שוין דארטען קויפט ער זיין סחורה צו אין האלסייל אדער אין ריטייל. זיא האט קיין פאבריקען, ניט ווייל דער פלאטץ איז ניט געלעגען דאפיר, נור איינפאך ווייל דיא אידען ווילען האלטען זייער הויפטשטאדט, דיא נאטעם־שטאדט, ריין און זויבער, אבער א פאבריקשטאדט קען ניט זויבער זיין. און דאס איז אויך דיא אורזאכע ווארום מען זעהט זעהר וועניג ארבייטער אין דיא גאססען, און אויך דיא זיינען נאר אזעלכע וואס ווערן געברויכט פאר שטאדט און הייזליכע ארבייט. דיא מייס־טע איינוואהנער בעשטעהן פון רעגיערונגס־בע־אמטען, פראפעסארען און לעהרער, קויפלייטע און זייערע געזעללען און רעגיסער.
דיא נאכען זיינען ברייט און לויפען אין א גראדע ריכטונג, זיי זיינען געפלאסטערט מיט אספאלט און ווערן זעהר זויבער געהאלטען. עלעקטרישע מא־שינען קעהרען זיי יעדע נאכט נאך 12 איהר. דיא איינוואָהנער זיינען זאָרגפעלטיג קיין זאך דארטען צו ווארפען, ניט צו מאָל א שטיקעל פאפיר. אין פערשיעדענע געגענדען פון שטאדט געפינען זיך אפענע פלעטצער אָדער סקווערס, וואו עס גע־פינט זיך געוועהנליך א קליינער פארק און איינע אָדער צוויי עפענטליכע אנשטאלטען. אונצעהליגע עלעקטרישע ליכט בעלייכטען דיא גאסען ביי נאכט, מען קען זאָגען דאס עס איז נאר קיין נאכט דא אין ירושלים.
דיא הייזער זיינען געבויט מייסטענס פון שטיי־נער און זיינען פון דריי ביז פינף שטאק הויך אבער ניט העכער. אויף יעדער עקע געפינט זיך א שילט מיט העברעאישע און לאטיינישע בוכשטא־בען וויא דיא שטראססע הייסט, זא דאס אפילו אויסלענדער קענען לעזען און וויסען וואו זיי זיינען. דיא ירושלים'ער זיינען א ריינליכע פאלק, זייערע הייזער זיינען אויף'ן העכסטען גראד זויבער, און זיינען שעהן מעבלירט. אפילו דיא ארימסטע פאמיליע בעוואהנט ניט וועניגער פון פיער צימער.
פען און אייזענבאהנען געהערן צו דיא רעפובליק און ווערן אזוי עקאנאמיש געפיהרט, דאס דיא טראנספארטאציאן קאסט זעהר וועניג; און ווען אויך דיא ארבייטסלאהן איז פיעל העכער וויא דיא לאהן אין אנדערע לענדער, איז דער פערדיענסט פון דיא פאבריקאנטען בעדייטענד קלענער, איבער־הויפט דיא פאבריקען וואס ווערן געפיהרט פון דעם שטאאט, דיא ווילען קיינע פראפיטען, נאר דעם לאהן פון דיא ארבייטער. שטייער און אב־צאהלונג איז נאר ניטא, ווייל עס העררשט „פרייער האנדעל.“
לאנדווירטשאפט ווערט דארט פלייסיג בעטרי־בען, און זיא ווערט בעטראכט אלס דער הויפט־לעבענסמיטעל פון דאס פאלק, ווען אויך נאר איין דריטטעל פון דיא בעפעלקערונג לעבען דערפון, ווייל לאנדארבייט איז געווען דיא ערסטע ארבייט צו וועלכע דיא אידען האבען זיך גענומען מען זייא האבען אנגעפאנגען צוריק צוקומען אין ארץ ישראל. ניט איין פוס לעדיגע לאנד קען מען אירגענדוואו געפינען. יעדע ברעקעלע ערד ווערט געברויכט, צו פאר געמיזע, געטריידע, פרוכטבייטער אדער גראז פאר דיא בהמות. איבערהויפט ווערט דער וויין דארטען קולטיווירט, פאלעסטינא וויין ווערט שוין פון לאנג בעטראכט אלס דער בעסטער וויין פון אלע געגענדען דער וועלט, און האט ביינאהע פערטריעבען דיא שאספאניער און בורגונדער פון דעם מארק.
א פאבריצירענדעס לאנד מוז נאטירליך האבען פיעל גרויסע שטערט, וויא צום ביישפיעל ענג־לאנד און בעלגיען, און פאלעסטינא האט ווירקליך אייניגע נאנץ גרויסע שטערט און אן אנצאהל פון קלענערע. זיא האט אייניגע גוטע האפענס וואו שיפען פון אלע לענדער דער וועלט קומען אן און געהן פארט טעגליך. דעם בעסטען און גרעסטען האפען האט יפו.
ירושלים איז דיא הויפטשטאדט איצט גראדע וויא אמאָל. זיא איז ניט אזוי גרויס וויא לאנדאן, נויאָרק אָדער פאריז; זיא איז אבער דיא שעהנ־ סטע שטאדט, און האט שוין לאנג צוריק צוגע־ נומען דיעזען טיטעל פון פאריז. זיא צעהלט נאָר א האלב מיליאָן איינוואהנער; אבער דיא גרויס־ קייט פון א שטאדט ליגט ניט אין קוואנטיטעט, נאָר אין קוואליטעט, און דיעזען לעצטען און יעל האט ירושלים מעהר וויא פון איהר מהייל, און זיא איז אין דיעזער הינזיכט דיא גרעסטע וועלט־ שטאדט.
