אדער געשמאק צום שטודירען זוכען זיך אויס פער־שידענע בעשעפטיגונג.
אזוי וויא מען לערנט ביי אונז לאטייניש און גריכיש אין די העכערע שולען, אזוי ווערט בייא אונז געלערנט אראביש און אראמעאיש, און אויסער דעם איין אָדער צוויי אייראָפּעאישע וועלט־שפּראַ־כען, וויא ענגליש, פראנצעזיש און דייטש. אין די האנדעלסשולען ווערט געלערנט 5 ביז 7 אייראָ־פעאישע און אזיאטישע שפּראכען.
ירושלים בעזיצט פיעל ביבליאטעקען די צוויי־ביבליאטעקען, ווען אויך צימליך גרויס, האבען גע־וועהנליך נאר העברעאישע און אראבישע ביכער. אבער אין דיא צענטראל־ביבליאטהעק געפינט מאן אללערליי אויססענשאפטליכע און „סטאנדארד“ ווערקע אין אללע שפראכען פון דער וועלט. אויך פיעלע עפענטליכע האללען זיינען צושפרייט איבער דיא גאנצע שטאדט וואו פרייע לעקטורע ווערן אבגעהאלטען אין יעדע האללע איבער א בעזונ־דערן געגענשטאנד, זא דאס יעדער קען זיך געפי־נען א לעקטורע נאך זיין געשמאק אדער פער־שטאנד.
יעדער קווארטאל אין ירושלים האט זיך איהרזינאגאגע. אללע זיינען געפינט אויף דעמועלבעןארט און פון אומגעפעהר דיזעלבע גרויסקייט.דער גאטטעסדיענסט איז גלייך איבעראלל, אוןאין יעדער געהט וואו עס איז איהם געהנטער.אין צענטראל־פארק האב איך אויך געזעהן א מיני־טור בית המקדש, א מאדעל פון דעם וואס איזחרוב געווארן מיט 2000 יאהר צוריק, מיט אללעאיינריכטונגען, מיט דעם מזבח, מיט די אללעעזרות און טויערן וויא עס איז געווען אמאָל, דאסהאבען זיי אויפגעשטעללט נאר צוליב אן אנדענ־קען, און ניט ווייל זיי טראכטען ווען אזא געביידעוויעדער אמאָל צו בענוטצען.
ירושלים האָט פיעל האָטעלן און גאַסטהייזער צו פערשיעדענע פרייזען. זייא זיינען אללע איממער פול. רייזענדע פון אללע געגענדען דער וועלט קומען איהר בעזוכען. פיעל רייכע לייט פון דיא קאלטע לענדער מאכען זייער שטענדיגע היימאט אין ירושלים אין דיא ווינטער מאָנאטען. אויך סתם רייזענדע וואס קומען בעזוכען דיא שעהנע ערהאבענע שטאדט, דער אכטער וועלט וואונדער, און זייא ווערן ניט ענטטוישט, זייא זעהן דאָרט מעהר פון וואָס א פעדער קען בעשרייבען. אויך בעזיצט זיא א בעשטענדיגע אויסשטעללונג פון אללע פּראָ־דוקציאָנען פון לאנד און מאנופאקטורען. דיא
וואסערלייטונג איז דא אין יעדע הויז, און פארבעלייכטונג און בעהייצונג ווערט געפרויכט עלעק־טריציטעט. די ירושלים־ער ליעבען צו געהןפעסטליך געקליידעט, מען הערט אין די גאסעןקיין רוישען, קיין ליארם, קיין געשריי, קיין געוואל־דען, אללעס געהט זיך רוהיג און שטיל, א פרעמ־דער קען מיינען דאס אין דעם טאג איז עפעס אפייערטאג, אין דער טהאט אבער זיינען אללע טעגאזוי.
אין מיטען שטארט געפינט זיך א גרויסער פֿארק. אין פֿארק זיינען דא א צאלאגישער גארטען, א באטאנישער גארטען, א נאטורגעשיכטליכעס מו־ זעאום, א מוזעאום פאר קונסט און א גרויסע ביב־ ליאטהעק. דאס איינציגע וואס פאלט א פרעמ־ דען אויף איז דער מאנגעל פון סטאטוען וועלכע מען געפינט אין אללע אנדערע גרויסע שטעדט. וואהרשיינליך האט די אידישע רעליגיאן דערמיט צו טאהן.
דיא שפראכע איז העברעאיש, דיא ריינע העב־רעאישע שפראכע פון דיא ביבעל, נאטירליך מיט נאך פיעלע נייע ווערטער לויט דיא פאדערונגען פון דיא צייט וואס זיינען גענומעמען געווארן פון דיא תלמודישע ליטעראטור, פון איהרע שוועסטער־שפראכען און נייע ערפונדענע ווערטער. דאך איז עס זעהר זעלטען צו בעגענגען א דערוואקסענעם פערזאן, מאן אדער פרוי, וואס זאלל רעדען נאר העברעאיש. אויסער דיא לאנדעסשפראכע שפרעכט א יעדער וועגינסטענס נאך א שפראכע, אפילו דיא זאגענאנטע ניט געבילדעטע. צווישען א הונדערט אידען קען מען לייכט געפינען דאס 25 פערשיע־דענע שפראכען ווערט פון זיי פערשטאנען און גע־שפראכען, א פרעמדער דארף אלזא ניט גאנץ ווייט געהן ביז ער בעגעגענט איינעם וואס פערשטעהט זיין שפראך.
דיא שול־סיסטעם איז זעהר אויסגעדעהנט און פערפאלקאמט. אללע קינדער פון 6 ביז 16 יאהר זיינען געצוואונגען דיא שולע צו בעזוכען. עס טרעפט זעלטען דאס עלטערן קענען ניט אויסהאל־ טען זייערע קינדער אין שול, אבער ווען אזא פאלל טרעפט זיך יא, דאן האלט זיי אויס דיא שטאדט. ביז 13 יאהר געדויערט זיי געוועהנליך דורך צו מאכען דיא עלעמענטאר־שולע, נאכהער געהן זייא דריי יאהר אין גימנאזיום, און דען בעטרעטען מאנ־ כע דיא האנדעלסשולע, אנדערע דיא אוניווערזי־ טעטען, און דיא וואס האבען קיין פעהיגקייטען
