המכבי
א מאנאפליכער זשורנאל
נעווידמעט פיר ציוניסטישע וויסענשאפט און אידיש-נאציאנאלע ליטעראטור
3 נומער
מערץ, 1902 אדר א'
צווייטער יאהרנאנג
וועלטן האבען וועניג נחת פון דיעזע בעד קאנטשאפט.
נעדאנקען פון א פאעט:איך קען שרייבען אללעס וואס איהר וויללט,קיין רעדאקטער ווארפט עס אוועק;מיין יעדע שטיקעלע שרייבעריי נילט—אחוץ ווען איך שרייב אן א טשעק.
דער „המכבי“ האט בעוויזען אין לעצטען נומער, אז ער האט ענדליך אנגעטאפט דעם דופק פון אידישען לעזער, און דיא אידישע אבטהיילונג וויא אויך דיא ענגלישע פון דיעזען מאנאטליכען זשור-נאכ זיינען שוין בעליעבט ביי אללע קלאסען לעזער. דאס איז אללעס וואס מיר האבען געוואלט — און יעצט ליענט אויף אייך ציוניסטען דיא פפליכט צו פערשפרייטען דעם איינציגען ציוניסטישען ארגאן, וואס מיר האבען אין דער נייען וועלט. מיר מיינען ניט אז איהר זיינט יוצא דערמיט וואס איהר שיקט אונז צו אדרעסען פון נייע לעזער, מיט דער האפ-נונג אז „זיי וועלן אפשר מיט דער צייט בעצאה-לען“, מיר זיינען אייך הערצליך מוחל אזא פרא-פאנגענדע וואס קען אונז פיל מעהר אויס-ברענגען וויא איינבריינגען, און מיר זיינען געצוואונ-גען נאך אמאל אויפמערקזאם צו מאכען דיא נע-עהרטע ציוניסטישע סאסייעטיס, אז מיר שיקען אונזער „המכבי“ נור צו דעם ווער עס שיקט אונז אריין פאראויס פיר א יאהר סובסקריפשען-נעלד. יעדער נומער „המכבי“ ענטהאלט א וואהרען פונקט פון ציוניסטישע טהעטיגקייט אין דער נייען וועלט, וויא אויך איין אלבום פון ליטעראטור און קונסט. דיאיעניגע וועמען דער המכבי איז בעליעבט דאר-פען אלזא בעצאהלען פאר דאס וואס מיר גיבען זיי, און עס לינט דארום אויף אייך, ערנסטע ציונ-יסטען, דיא הייליגע פפליכט צו פערשפרייטען דעם „המכבי“ אויף א ביזנעס וועג, און זיין פאטריא-טישע שטיטע-דיא שטימע ציון'ס — זאלל גרייכען
אינהאלטס-פערצייכנים.
פליקען און געדאנקען..... ג. ז. — י.קריטיק אויף קריטיק..... י. געדולדירושלים וויא זיא איז..... משה שיינדלינגרעדנער, ראפעלס, באטענס..... ס. בלומבערגדער שטיללער ענטפער (פאטייע)..... זעליקאוויץדער סולטאן און דר. הערצל..... בן-ישיפורים מעלאדיען (פאטייע)..... בן-ישיזאת תורת הציוניזם.....אחוץ האבונג..... י. ז. וועגרראווסקינייע וואלקענס..... ג. זעליקאוויץזאגנגוויל און ריא יק"א.....
כליקען און געדאנקען
דער "המכבי" האט דערלעבט זיין ערשטען פורים. יהודה המכבי און מרדכי היהודי האבען זיך צום ערשטען מאל בעגעגענט אין נויארק.
„רוח והצלה יעמוד ליהודים ממקום אחר“—נאך הערט זיך דיעזער וויעדער-קול דורך דיא לאנגע נאכט פון פינסטערן גלות. הערצל און נארדיערקלעהרען אונז אז „ממקום אחר“ מיינט יענע לאנד וואו ישעיה האט געפרעדיגט פריעדען, וואו ירמיה האט געוויינט און וואו דיא חשמונאים האבען געזענט. * *
זאלל דאך דער מחצית-השקל פון פורים דערמאנען דיא ציוניסטען וועגען דיא שקלים וואס זיי שולדען דיא „פעדעריישאן און אמעריקאן זייאניסטס“—דיא איינציגע ציוניסטישע ארגאניזאציאן אין אמעריקא וואס האט פאר זיך א פראקטישען פראגראם. * *
דיא אורזאכע ווארום וועגיג מענשען קענען זיך אלכיין איז גאנץ איינפאך, ווייל זיי ווייסען אז זיי
