The Maccabaean · Vol. II, No. 3 · March 1902
185printed page
scan 53 of 56
Facsimile · scan 53 of 56
Scan of p. 185
Text · transcribed from the scan

נען זיין ווינעקע און וואו זיינע זיידעס שלאך פען זאלל וואקסען, בכיהען, נלענצען און נעניסען. אס אזא מין בענריף פון פאטערלאנד איז קיין עבודה־זרה, זאנדערן א מוזיקאלישע נעטמין פיר וועלכע אפילו דיא פילאזאפען מוזען זיך בוקען מיט'ן טיעפסטען רעספעקט, און צו אזא מין פאט מריאטיזם נעהערט דיא ציון בענייסטערונג וואס האט אויפנערזערט דאס נאנצע יודענטהום אין אלע ווינקעקאך פון אונזער ערדקונעק.

Pt.

המכבי'ס געגענווארט און צוקונפט

אין לעצטען נומער "המכבי" איז געווען אנאנד סירט אין אינהאלטספערצייכניס אייניגע ארטיקלען, וועלכע האבען ליידער ניט געקענט אריינקומען וועגען מאנגעל אן פלאטץ. דער אינהאלטספער־ צייכניס מיט דיא נאטיצען זיינען שוין געווען אב־ געדרוקט ווען מען האט אונז געלאזט וויסען אז דיא אידישע אבטהיילונג מוז אבגעקירצט ווערן מיט 10 זייטען, געגען דעם פלאן וויא דער אידישער רעד־ דאקטער האט געהאט אויסגעארבייט. אין דיעזען נומער וועלען דיא לעזער געפינען נייע מיטארבייטער און בעוואוסטע ליטעראטען. וועגען מאנגעל אן פלאטץ בלייבט פיר נעכסטען נומער אינטערעסאנטע ארטיקלען פון תשר"ק, ח. מיניקעס, רעוו. יוסף זעף. עס פרייט אונז מיטצוטהיילען אז פראפעססאר ריטשארד נאטטהייל, פרעזידענט פון דער פעדער־ ריישאן אף אמעריקאן זייאניסטס, וועלכער אינטער־ רעסירט זיך שטארק מיט דיא אידישע אבטהיילונג פון המכבי, האט בעשלאססען צו געבען זיין צייט און ראטה אום צו מאכען פון דיא אידישע אב־ טהיילונג א גרויסען ערפאלג. דער פראפעססאר ר. נאטטהייל פון קאלומביא קאללעדש, וויא אויף זיין פאטער, רעוו. דר. גוסטאוו נאטטהייל — דער נאבעלער מאדערנער אידישער פאטריארך פון צי־ וויליזירטען יודענטהום—זיינען איבערגעגעבען מיט'ן נאנצען הערצען צו אללעס וואס קען מאכען דיא ציון־בעוועגונג מעהר ערהאבען און פראקטיש.

מר. י. נ. ברילל שטעהט ניט מעהר אין פער־בינדונג מיט דיא מענעדזשטענט פון "המכבי" און האט קיין רעכט מעהר צו קאלעקטירען פון סוב־סקרייבער אדער אדווערטייזער.

איבעראלל וואו דיא ציון־בעווענונג בעווענט זיך, דען דער "המכבי" איז פארלויפיג דער מעכטיג־סטער טעלעפאן צוזאמען צו בריינגען אללע ציונים־טען צו דער קרוינונג פון ישראל'ס האפנונג.

* * *

וואס איז איינענטליך אזא זאך וויא פאטער־לאנד?—פרעגען דיא פילאזאפען.—איז דאס ניט א שרעקליכע עבודה־זרה וועלכע פיטערט זיך נור פון מענשען־בלוט.

יא, קויט פילאזאפיע איז טאקע דיא גרעסטע משוגעת צו גלויבען אז ווען איהר זייט געבארען אויף איין שטיק ערדקונעק, זאללט איהר מענען האסען און מארדען מענשען וואס זיינען געבארען אויף איין אנדער פלאטץ פון אונזער פלאנעט. ווער מיר רופען "פון יענער זייט גרענעץ." ווער האט דען דעם מענשען געגעבען דאס רעכט איינ־צוטהיילען דיא ערד אין "מיינע", "דיינע", "זיינע", "אייערע", "זייערע"? דיא נאנצע ערד איז אונזער, און וויא דער משורר זאגט, "והארץ נתן קבני אדם", אדער וויא דיא חכמי התלמוד ווילען האבען "סדנא דארעא חד הוא"—דאס הייסט, דער נאנצער ערד־קונעל איז איינס און געהערט צו אללע מענשען וועלכע בילדען איין פאמיליע. אבער מיט ריינער פילאזאפיע מאכט מען קיין שבת, ווייל ערשטענס איז נאך דיא מענשהייט ניט געקומען צו אזא הויכע מדרגה צו פערשטעהן דיא טיעפע בעדייטונג פון קאסמאפאליטיזם, וויא דער משורר האט עס פערשטאנען, און צווייטענס האט דאס ווארט "פאטערלאנד" איממער געהאט א זיסען כשוף צו פערבעסערן דיא מענשען און פער־עדלען זייערע געפיהלען. נור פאטערלאנד האט בע־גייסטערט דעם מענשען זייט פון אוראלטע צייטען מיט דיא נאבלע לעקציאן אז עס איז דא א צייט אין מענשענס לעבען ווען ער דארף זיך מוסר נפש זיין פארן כלל, פאר א געדאנק, און מיר מוזען אפט געהן זוכען דיא פרייהייט אין קאנאן'ס מויל ! וואס כינא געהאט היינט אזא מפלה ווען דיא כינעזער וואלטען געהאט אזא בעגריף וויא דיא ציוויליזיר־טע נאציאנען? וואללט דיא אזיאטישע יאפאן גע־געבען אזא גלענצענדען שפרונג אויף'ן לייטער פון הצלחה ווען ניט דיא פאטריאטישע פלאם וואס האט אוועקגעשטעלט דעם מיקאדא אויף דיא־זעלבע שטופע וויא ניקאלאי, ווילהעלם און קעניג עדווארד, מיט וועמען יאפאן האט געשלאסען איין אליאנץ? דיא פפליכט פון וואהרען פאטריאט איז, צו מאכען אז דאס לאנד וואו עס איז געשטארק.