The Maccabaean · Vol. II, No. 3 · March 1902
181printed page
scan 49 of 56
March, 1902.]
THE MACCABÆAN.

איז ניט געווען אזוי בעקאנט און בעליעבט וויא דער ערטער.

אבנלויף דיא אידישע בעפעלקערונג פון ירושלים איז געווען דריי מאל אזוי פיעל וויא דיא ניט-אידישע האבען זיי דענאך געהאט וועניגער רעכטע פון דיא מאכמעדאנישע אדער אפילו קריסטליכע איינוואהנער. מאנכע פלעצער פון שטאדט האבען זיי ניט געדארפט בעטרעטען, און אין מאנכע גאסען האבען זיי אפילו ניט געדארפט דורך געהן.

אך, וויא שמוציג, וויא העסליך האט ירושלים דאמאלסט אויסגעוויעזען! שמוציגע שטאכע גאר סען, אומריינע פערשווארצטע הייזער און הייזלעך, פינסטער. דיסטער וויא אין דיא דאמאליגע איד דישע הערצער. אומריין, אונגעזונד פון אינעוועניג און אויסוועניג. דיא גאסען אזוי שמאל אז קיין וואגען האט געקענט דורך פאהרען; מאנכע צימערן האבען גאר קיין פענסטער געהאט; נויטה, ארמוטה, עלענד האט מען געזעהן פון אלע זייטען. עס איז קיין וואסערלייטונג געווען, קיין שטראסע בעלייכטונג, קיין אבצוג קאנאלען, קיין געזונדהייטס מאסרעגעלן, האט מען פארגענומען, אדער אונטערגענומען, מען האט זיך פערלאזען אויף גאט'ס בעראט, מען איז געגאנגען מיט דיא נאטור, און דיא נאטור האט זיך דאנס אידישע געמאכט.

פון דיא פערציג טויזענד אידישע בעוואָהנער זיינען גאנץ וועניג געווען בעשעפטיגט, מאנכע אויס פוילקייט, אנדערע ווייל זיי האבען איינפאך ניט געקענט געפינען א בעשעפטיגונג. עס איז וואהר דאס כמעט אלע בעשעפטיגען און ארבייטען זיינען געווען אין אידישע הענט; אבער דאס איז ניט געווען גענוג. אלזאָ איז דיא פראגע וויא האבען דיא מייסטע געלעבט? מיין אנטוואָרט איז דאס זיי האבען ניט געלעבט, זיי האבען נאָר עקזיסטירט, עקזיסטירט אין נויט, עלענד און שמוטץ; פערדארבט פון הונגער, דאָרשט און קעלט. זייא האבען געקראָגען גענוג דעם לעבען צו דערהאלטען פון דיא חלוקה, א וואונדערליכע אנשטאלט וואס איז שוין לאנג אונטערגעגאנגען און פערגעסען געוואָרען; אבער אין איהר צייט האט זיי געמאכט פיעל רדיפות שנאה און בעטרוג. זיא איז געמליך אויף דעם אופן ענטשטאנען.

אין דיא ערסטע יאהרען פלעגען דיא אידען קומד-מען אין ירושלים אום ניט דארטען צו לעבען, נאר אום צו שטארבען, געווען געליך אכטע לייט, וואס האבען שוין זייערע קינדער געהאט אויסגעגעבען, דיא וועלט געשעפטען געהאט אבד-

פערזאן, און דיא אידען זיינען געפאלען אויף דעם פלאן ניט אנצומעלדען דיא ניי געבארענע זכרים, און דערמיט לויז צו ווערן פון דיא טאקסע, אזוי וויא זייערע עלטערן פלעגען טהאן אין דיא נאך עלטערע צייטען אין רוסלאנד, אום דערמיט לויז צו ווערן פון מיליטערדיענסט, און דיא דאזיגע ניט פערשריבענע פערזאנען האט מען גערופען "געלמים". דיא טערקישע רעגיערונג האט שוין מיט אייניגע יאהר פריהער פערבאטען דיא אידען צו קומען אין ארץ ישראל, זאנס וואלט שוין אפיכו דאמאלסט זייער צאהל געווען פיעל מעהר, ווייל דיא ליעבע צו זייער אמאליגע לאנד איז ביי זיי געווען זעהר שטארק, איבערהויפט ביי דיא וואס זיינען געווען פערפאלגט אין דיא לענדער וואו זיי זיינען געזעס סען. מאנכע פלעגען זיך אריין גנב'נען, אזוי וויא איך האבע געטהאן, דערמיט וואס זיי האבען דיא בעאמטע בעשטאכען. און דאך זיינען שוין געווען דאמאלסט אין ירושלים אידען פון אלע לענדער פון דער וועלט. דיא וואס זיינען געקומען פון רוסלאנד, דייטשלאנד, עסטרייך און דיא קליינע מיטעל פיעל אייראפעאישע לענדער האבען געשפראכען א דייטשען זשארגאן, געמישט מיט העברעאישע, סלאווישע און טערקישע ווערטער, מען האט זיי גערופען אשכנזים; דיא וואס זיינען געקומען פון דיא לאטיינישע לענדער פון זיד-וועסט אייראפא, און וואס האבען געשפראכען א שפאנישען דיאלעקט האט מען גערופען ספרדים; אבער קיינער האט גערעדט העברעאיש וויא מיר טהוען הייטע. מען האט דיא שפראכע בענוצט נאר פאר הייליגע צוועקען, און דיא געלערנטע פלעגען שרייבען אין דיא שפראך, דאך געמישט מיט תלמוד'ישע ווערטער און אויסדריקען.

צושפרייט איבער דיא גאנצע שטאדט און ארום שטאדט האבען זיך געפונען אין ערך פון צוויי הונד' דערט און פופציג שוהלען גרויסע און קליינע. יעדע שטעלע אדער שולכעלע האט געהאט איהרע אנגעד' נאכע רבנים אדער רבנים'לאך, אויסער דעם האבען זיך געפונען פיעל פון דיא רבנים וואס הא' בען קיין שטעלע געהאט. דאך ריכטיגע, פון דיא רעגיערונג אנערקאנטע רבנים זיינען געווען נור צוויי. דער רב פון דיא אשכנזים איז דאמאלסט געווען ר' שמואל סאלאנט, א גרויסער תלמוד'יסט און א קלוגער מאן וואס האט געוואוסט וויא זיך ביין פאלק בעליעבט און ביי דיא יאדען געד'נאר צו מאכען. ר' יעקב שאול אלישר איז געווען דער הויפט רב פון דיא ספרדים. אבער ער