און נאטירליך דעמאקראטישעס פראגראם וועט בכח זיין דיא אללע בעסטע עלעמענטע אין יודענ־טהום צו זיך צוציעהען וועלכע זיינען פעהיג צו אר־בייטען לטובת הכלל.
דער הויפטפונקט פון דער 1טער זיטצונג, אוןאפשר פון דעם גאנצען יונג־ציוניסטען־סאנגרעסאיז דיא רעדע פון סטודענט אבערזאהן אויס גענף„איבער דיא פערהעלטניסטע פון ציוניזמום צו דעררוסיש־אידישער סאציאל־דעמאקראטיע.“ עס איזאפשר דעם לעזער בעקאנט אז אין רוסלאנד עק־זיסטירט שוין זייט אייניגע יאהר אן „אידישערארבייטער־בונד“, דאס איז א אידישע סאציאל־דעמאקראטישע ארבייטער־ארגאניזאציאן. דיעזעארגאניזאציאן בעצייכענט מען געוועהנליך אלס„בונד“. דיעזער „בונד“ האט אין דער ערשטערצייט פון זיין טהעטיגקייט פון ציוניזמום כלל ניטגערעדט. ער האט געוואלט מיט שווייגען דעםציוניזמום מבטל זיין. באלד אבער האט דער„בונד“ געמוזט אויפגעבען דיעזע שווייג־טאקטיק.דער ציוניזמום איז אין רוסלאנד געוואקסען פוןטאג צו טאג. דער אידישער ארבייטער, וועלכענדער „בונד“ האט געפרעדיגט סאציאל־דעמאקרא־טישע און האט פערלאנגט א קלארע תשובה וויא אזויער האט זיך צו פערהאלטען צום ציוניזם. אט דאהאט אנגעהויבען דער „בונד“, ד. ה. דער קאמי־טעט, וועלכער געפינט זיך צום גרויסען טהייל איןאויסלאנד, דער קאמיטעט וועלכער פערזארגט דיאאידיש־רוסישע ארבייטער מיט „ליטעראטור“ (?)האט אנגעהויבען צו פערלייטערן דעם ציוניזמוםאון נאך מעהר דיא ציוניסטען. דיא ציוניסטען—האט דער בונד אפט געשריען—געהן האנד אין האנדמיט דער רוסישער זשענדארמעריע כדי דיאאידישע ארבייטער פארטהיי צו צערשטערן ! אל־לעס מעגליכע און אללעס אוממעגליכע האט דער„בונד“ איבער דיא ציוניסטען געשריעבען. דיעזענידערטרעכטיגע טאקטיק פון בונד איז אבערפאר'ן ציוניזמום ניט געוועזען געפעהרליך. גע־פעהרליך איז אבער דער „בונד“ געווארען פאר'ןציוניזמום ווען ער האט אנגעהויבען כלומרשט צווערען נאציאנאליסטיש. דער „בונד“ האט גע־זעהן אז אלע סאציאליסטען פון דער גאנצער וועלטזיינען ביי זייער אינטערנאציאנאליזמוס דאך נא־ציאנאליסטען, ד. ה. זיי שטעללען דיא פארדע־רונגען פון זייער נאציאן אויף דעם ערשטען פלאןאט אזוי ווערט דער „בונד“ יענעם צוליב, ד. ה.ווייל יענע זיינען, נאציאנאליסטיש.
יוגענד אין דער אללגעמיינער ציוניסטישער ארגא־ניזאציאן בעשעפטיגט. דא האט זיי איינגעזעהן, אז ווען אויך דער גרויסער געדאנקען, דאס גרויסע אידעאל, דער ציוניזם, איז אים שטאנדע אללע בעסטע אידען צו פעראייניגען, זיינען דאך פאראן אין לעבען אזעלכע פראגען וועלכע קענען ניט פון יונג און אלט צוגלייך געלעזט ווערען. א יונגער מענש איז געוואהנט גאר אנדערש צו ארבייטען. צוגויפגעהמען שקלים, פערקויפען אקציעס, וויא וויכטיג דאס זאלען ניט זיין — דיעזע און עהנליכע ארבייטען זיינען אבער ניט בכח דאס גאנצע לע־בען פון דיא יונגע ארבייטס־ציוניסטען אויסצופיל־לען. אויסער דעם קומען פאר אויף דיא גרויסע קאנגרעסען און איבערהויפט אין דער ארגאניזא־ציאן אזעלכע זאכען וועלכע קענען דיא דעמאקרא־טיש געזינגטע יוגענד ניט בעפריעדיגען. דאן איז יעדען בעקאנט, דיא אידישע יוגענד האט ניט גע־נוגערפיללט איהרע פפליכטען צום אידישען פאלק. נאך מעהר: עס זיינען פאראנען טויזענדער יונגע אידישע כחות וועלכע ארבייטען פאר דער גאנצער מענשהייט נור ניט פאר דיא אידען.
דיעזע און אנדערע פראגען בעשעפטיגען שויןלאנג דיא איינציגע יונגע ציוניסטישע כחות. יעצטזיינען זיי זיך צוגויפגעקומען כדי אין איינעם אל־לעס צו בעשפרעכען. דא האט זיך אבער ארויס־געשטעללט—וואס מען האט אייגענטליך געקענטערווארטען—אז דיא יונגע ציוניסטען אלליין זיינעןאונטער זיך ניט אייניג. און אונטער זיי האָט זיךגעבילדעט 2 הויפטשטרעמונגען.אין שטרעמונג פערטרעט דד. כהן בערנשטיינאויס קישענעוו. ער מיינט אז מיר זיינען נאך צושוואך כדי צו ארגאניזירען א בעזונדערע פראק־ציאן מיט איין פראגראם. ער מיינט אז מיר וואל־לען גרינדען א יונג־ציוניסטישע ארגאניזאציאן איןשלעכטע צייטען. ווי פערברעמט ווי פערשפרייט
מיינונגען. איין אנדער מיינונג פערטרעט ל. מאצקין אויס בערלין. ער מיינט אז אזא מין ארגאניזאציאן וויא דר. כהן בערנשטיין שלאגט פאר איז כלל ניט געטיג. דערצו האבען דאך דיא גרויסע ציוניסטען קאנגרעסע וואו אלע אידישע שטרעמונגען זיינען פערטרעטען. מיר אבער דארפען - זאגט מאצקין - גרינדען א פראקציאן פון אזעלכע ציוניסטען וועלכע האבען דיאזעלבע מיינונג אין דיא הויפטפראגען פון ציוניזמום. אזא מין פראקציאן, וועלכע וועט ארויסטרעטען מיט א בעשטימטעס
