געפינען זיך אידען. דיא פראגראמע פון דיא ציוני־סטען ביז נעכסטען קאננרעס פעשטעהט אין איין איינציגען ווארט און דאס איז „ארבייטען!“ ארבייטען, ארבייטען און ארבייטען! דיא אידעע איז שוין צייטיג. דיא גרעסטע אידישע מעננער, דיא גרעסטע וועלטדענקער זיינען ארויס פאר דעם ציוניזמוס. מאקס נארדוי, סעזאר לאמבראזא, איז אראפ לאמבראזא, און צו לעצט דיא היסטארישע פערזאן פון אלפרעד דריי־פוס! דער באדען איז שוין פעסט גענוג. מען ערווארטעט יעצט אז ארום פסח וועלען צו־סומען א צאהל נייע אידישע קאלאניעס און טוי־זענדער אידען אין דער פערשקלאווטער רוסלאנד, אין דער אונטערדריקטער רומעניען און אין דער פערארעמטער גאליציען וועלען דערלעבען א נייע גאולה.עס איז בעשלאססען געווארען אז דער נעכסטער קאננרעס זאל אפגעהאלטען ווערען אין צוויי יאהר ארום. דיא ציוניסטישע ארגאניזאציאנען זיינען יעצט פעסט פערבונדען איינע מיט דיא אנדערע דורך רעגעלמעסיגע קארעספאנדענץ און דורך זייערע ארגאנען, אז זיי ווייסען אללעס וואס עס קומט פאר אין דער בעוועגונג און אללע געשעפטסזאכען קענען לייכט דורכגעפיהרט ווערען דורך דער פאסט און דורך'ן טעלעגראף. דיא פריהערדיגע קאננרעסען האבען שוין דורכגעפיהרט דעם ציעל צו וועלכען זיי האבען געשטרעבט. דיא אידעע איז שוין בעקאנט אין דער וועלט און יעצט וועלען די ציוניסטען שפארען דיא געלד וואס ווערט פערווענדעט אויף דעם קאננרעס און זיך צופריעדענשטעללען מיט א קאננרעס איינמאל אין צוויי יאהר. דיא אקציאנס קאמיטע האט אבער דאס רעכט צו פעררופען א ספעציעלען קאננרעסס צו יעדער צייט ווען זיא געפינט עס פיר נויטווענדיג.פיעלע דעלעגאטען זיינען אבגעפאהרען נאך זאנימאג און א קליינערע צאהל זיינען פערבליבען אין דער מאנטאג.דער אבשיעד איז געווען זעהר ריהרענד. פיעלע האבען געוויינט ביים שיידען זיך וויא ברידער וועלכע פערלאזען איינע דיא אנדערע צו געהן אין א ווייטען וועג און פיללייכט קיינמאל זיך ניט צו זעהן וויעדער.
און אס דא הויבט אן צו ווערען דער „פונד“ גע־פעהרליך פאר'ן ציוניזמוס. דען דער פונד האט געראפענען אויף זיין פאהן אז ער איז נאר ציאנאליסטיש, אין אמת'ן אפער האט ער ניט אויפגעהערט מיט אללע ניעדערטעכטיגע מיטטעל צו בעקעמפפען דעם ציוניזמוס. דעם פשוט'ן אר־בייטער האט ער מיט שעהנע פראזען דעם קאפ פערדרעהט און האט איהם אונטער א נאציאנאל־ליסטישער פאהן ערצייגען געגען אידישען פאלק. אס דאס צו בעוויזען מיט פאקטען און אויך וויסענשאפטליך ערקלעהרען דעם נאציאנאליזמוס פון דעם סאציאליסטישען שטאנדפונקט איז גע־וועהן דער אינהאלט פון אפערזאהנס רעדע. עס איז איהם אללעס גלענצענד געלונגען. דיא אפלאך דעלעגאטען האבען איהם פשוט געקוסט. עס איז געמליך איינשטימיג אנגענומען געווארען דעזע רעדע אין זשארגאן אין 25 טויזענד עקזעמ־פלארען אבצודרוקען און מעגליך אומזאנסט צו פערטהיילען צווישען דיא אידישע מאססע. דאז 10 טויזענד אין רוסיש. דיא רעדע וועט אויך זיין אין פויליש און העברעאיש. דיא ערשטע צוויי טעג פון קאננרעס זיינען כמעט פערנומען געווארען מיט דיא רעדעס פון דר. הערצל און דר. נארדוי וואס מיר געבען ווייטער. וועגען דעם דריטטען טאג פון קאננרעסס, זאני טאג, וואס האט זיך געענדיגט מיט דעם געשריי, „לשנה הבאה בירושלים“, וועלען מיר איבערגעבען בלויז דיא פאקטען וואס זיינען אינטערעסאנט פיר אונזער בעוועגונג. דיא פארמיטאג'דיגע זיטצונג פון זונטאג איז געווען דורכאויס א געשעפטס מיטינג און איז געווען דיא וויכטיגסטע זיטצונג פון דעם קאננרעס. אויף דיעזער זיטצונג איז בעשלאסען געווארען אנצופאנגען דיא וויכטיגע ארבייט פון דער קאלאניאל־באנק און דאס איז צו פערווענדען 200,000 פונט (א מיליאן דאללאר) אויף לאנד אין סיריען און פאלעסטינא. עס איז אויך בעשלאסען געווארען צו ארבייטען מעהר פאר דעם פערקויף פון שערס פון דער קא־לאניאל באנק און צו עפנען מעהר ברענטשעס פון דער באנק אויף'ן גאנצען ערדקוגעל וואו נאר עס
