The Maccabaean · Vol. II, No. 2 · February 1902
108printed page
scan 56 of 80
Facsimile · scan 56 of 80
Scan of p. 108
Text · transcribed from the scan

לאנגען צו דיא אוהבי ציון, נאטירלף נעהט דיא פועלי ציון נאך דיא אוהבי ציון אין יעדער הינזיכט.

דיא פאקנענדע פעראיינען בעשטעהען דורכאויסנור פון בעאמטע, ווארום קיין מעמבערס האבעןזיי ניט. "עטרת ציון", "דורשי שלום ציון", "אפ"טאון זייאן ליעג" און נאך עטליכע וועמעס נאמעןאיך קען ניט געדענקען. דאן געפינט זיך דיא"ציון לאדש", "בלוסטאן לאדש", און עטליכעחברות און לאדשען וועלכע האבען זיך פערפליכ-טעט צו צאהלען שקלים.

יעצט געפינט זיך אין נויארק דריי פעדעריישאנס, דיא "נויארקער פעדעריישאן און זייאניסטס" "יונייטעד זייאניסטס און נויארק" און "אגודת הקהלות לציון", און דיא נויארקער ציוניסטען זיינען איינגעטהיילט אין דריי לאגערן, וועלכע פיהרען עקשנות איינע מיט דיא אנדערע.

ווען איך זאלל וועלכען מאכען "אל מלא רחמים" דיא פעדעריישאנס און פעראיינען וועלכע האבען אמאל געלעבט און נאכהער געשטארבען, וואלט איך בעדארפט פערנעהמען מעהר וויא איין נומער פון "המכבי".

דיא נויארקער ציוניסטען פערספענדען איבער פינף טויזענד דאללאר א יאהר אויף קלאב־רומס, מיטינג־לאקאלס, האלס פיר בעללער, פארקס פיר פיקניקס און פרינטינג. מען וואלט געקענט צוויי טויזענד דאללאר גאר שפארען ווען אלע זאללען זיין פעראייניגט, און וואס מען קאן אויפ־ טויזען מיט צוויי טויזענד דאללאר א יאהר וועל איך לאזען פיר אנדערע צו ענטפערן.

יעצט געהט אן אפילו א בעוועגונג צו פעראיי־ניגען דיא "יונייטעד זייאניסטס" מיט דיא "נויארק פעדעריישאן און זייאניסטס", און וויא עס ווייזט אויס וועט דיא פעראייניגונג צו שטאנדע קומען. אבער זאלאנג עס וועלען ניט אריין טרעטען נייע קרעפטע אין נויארקער ציוניזמוס וועלכע זאללען זיין פעהיג איבערצונעהמען דיא לייטונג פון דער בעוועגונג אין זייערע הענד, און זאלאנג וויא דיא הויפטבעשעפטיגונג פון אונזערע ציוניסטישע פער־איינען וועט נור זיין צו מאכען בעללער און פיק־ניקס, און זיי וועלען ניט לערנען צו פערשטעהען דיא הויפט פרינציפען אויף וועלכע דער ציוניזם איז בעגירנדעט, זאלאנג קענען מיר ניט האפען אז פעראייניגונג פון אלע נויארקער ציוניסטען זאל זיין פון דויערהאפטען עקזיסטענץ.

פראפאגאנדירען דעם ציוניזמוס און אדווערטייזעןאיינצעלנע פערזאנען און מאכען געוואלדען אויףנאנץ איסט בראאדוויי. זייערע עקספענסעס אויפ־צוהאלטען קלאב־רומס בעטרעפט ביז זעכציג דאל־לאר א מאנאט. זיי האבען א לייברערי, וועלכעווערט גוט בענוצט פון דיא מעמבערס און אויךפון פרעמדע, און מען געפינט אונטער זיי עטליכעוועמע איבערגעבענע ציוניסטען וועלכע האבען ליי־דער קיין סיסטעמע.

„ציון בענעוואָלענט סאסייעטי",דיעזער פעראיין איז א סארט לאדזש וואו דיאמעמבערס געניעסען געוויסע בענעפיטען. ער בע־שטעהט פון הונדערט און פופציג מעמבערס, אוןאיז בעריהמט מיט דעם וואס ער קומט וועניג איןדער עפפענטליכקייט. פיעלע פון דיא בעאמטעפון אמעריקאן פעדעריישאן זיינען דארט מעמ־בערס. איך קאן וועגען איהם ניט זאגען ניט קייןגוטס און ניט שלעכטס, ווייל מען הערט איהםוועניג, אבער דאס אלליין בעטראכטען פיעלע אלסא מעלה. ער בעשטעהט פון עלטערע מענשען אוןהאט ניט קיין בעללער אדער פיק־ניקס.

,שושנת ציון". דיעזער פעראיין בעשטעהט פון א הונדערט יונגע לייט; באיס און מיידלאך. זיי טוהען דאסזעלבע וואס אללע אנדערע פעראיינען טוהען, געמליך מאכען בעללער, פיקניקס און רעסעפשאנס, און העלפען צו פערגרעסערן דעם טומעל וואס טהוט זיך אונטער דיא נויארקער ציוניסטען.

"תפארת ציון",דיעזער פעראיין בעהויפטעט צו האבען איבער 100 מעמבערס, אבער אויב איך האב קיין טעות, דוכט זיך מיר אז זיי האבען נאך קיין שקלים געצאהלט, כאטש זיי עקזיסטירען שוין איבער א יאהר. זייא האלטען קלאב־רומס און האבען איין עקספענס פון דרייסיג דאללאר א מאנאט, אבער ווען מען בעט זיי פינף דאללאר פיר אירגענד וועלכען ציונ־יסטישען צוועק, האבען זיי קיין מאל. דאך זאגען זיי א דעה אויף א קאנסערענץ פון פעראיינען און שטערען פיעל צו א פעראייניגונג.

"פועלי ציון",דיעזער פעראיין האט איבער פופציג מעמבערס, דיא מעהרסטע פון זיי זיינען דיזעלבע וואס בע־