רער חיות המתים פון רעם נארד־ווינט.
ווייט, ווייט אוועק, אין די אייסע וועלט פון צפון זייט, צווישען אונענדליכע אומגעטרעטענע שנייא, אונטער א נידריגען היטמעל־געוועלב אנגעשטאפט מיט פאלאר־שטערן, איז דער ווינטעלע געבארן געווארן. א וויסטע וועלט איז עס געוועזען — א וועלט פון שאטענס און האלב־נאכט; א טרויריגע וועלט פון פערפרארענע סטעפפעס און צאקיגע אייד־בערג. א וועלט פון שושקענען אהן קולות; פון א שוידערליכער שטיללקייט — און קאלט — אה, ביטטערליך קאלט. קיין זאך איז דארטען געוועד זען, נאר שנייא און אייז, היטמעל און ים דאך האט דער קליינער געדייהט און האט זיין היים געדליעפט, ווייל קעלט איז דער לעבען פון א נארד־ווינט. דער ים האט איהם געגעבען פון זיין קראפט, די א ערד פון איהר אויסדויער, די א שטערן האבען איהם געקרוינט מיט א ווייסען פראסט, און דער קליינער האט געוואכטען און זיך געפיהלט גליקליך. זיין שפיעלפלאטץ איז געוועזען דער אונגעהיירער ארקטישער שנייא. דארטען פלעגט ער טעגליך ארום לויפען, זיך ווארפען, זיך קייקלען, און שרייען מיט פרייד אין זיין משוגענעם שפיעל. ער פלעגט ארויף פלעטערן די אייד־בערג און פייפענד־דיג מיט א קוויטש פלעגט ער ארונטערווארפען גרויסע שטיקער אייז אין די פערפרארענע סטעפ־פעס, און ער אליין פלעגט זיי א נאכלויפען מיט א פריידען־ליעד וועלכער פלעגט ארויפשטייגען צום היטמעל־געוועלב, ביז עס איז צומישט געווארען מיט די א הארמאניען פון די אלאכים־הארפען. ער האט געליעבט דעם פרייען ווילדען לעפען; די א בייסעדיגע קעלט; זיין איטערוועהרענדער שפאציערגאנג הין און צוריק. אבער בעססער פון אלץ האט ער געליעבט דעם ים, און וויא א קינד האט ער געקעבט צו איהם. דער ים האט איהם דערצויגען אין זיינע שטארקע אלטע ארעמס. ער האט איהם געוויענט אין זיינע וועללען, און האט איהם געזונגען אלטע ליעדער און זאגען, אלט וויא די וועלט אליין, און פול מיט די אראגישע ערפאהרונגען פון די א פערגאנגענ־הייט, פון וועלכע דער ווינטעלע האט נאך נאר געוואוסט.