The Maccabaean · Vol. I, No. 3 · December 1901
148printed page
scan 44 of 102
Facsimile · scan 44 of 102
Scan of p. 148
Text · transcribed from the scan

ראדע פון אונזער נאציאנאלען לעבען ערשיינט גענעצנדער דיא האפפנונג אז אונזער פאלק וועט געהאלפען ווערען אונד געהען העכער אונד העכער דאס זעהען מיר אין אונזער געשיכטליכער פער־נאנגענהייט אונד אויף אין דיא געגענווערטיגע צייט. דער נאציאנאלער גייסט פון משה רבנו, וואס האט אונז בעפרייעט פון גלות מצרים, דער מעכטיגער גייסט פון דוד המלך, וואס האט אונז גערעטעט פון די פלשתים, דער גרויסער הייליגער גייסט פון עזרא אונד נחמיה, וואס האבען נאך דעם גלות בבל וויעדער אויפגעבויט אונזער נאציא־נאלע געביידע, דער העלדישער גייסט פון דיא חשמונאים, וואס האבען אונז בעפרייט פון גלות יון, דיעזער גייסט האט אנגעפאנגען שטארק צו שיינען אין ישראלים לאגער דורך דיא יעצטיגע נביאים דר. הערצל. מאקס נארדוי, פראפ. מאנ־דעלשטאם, פראפ. נאטטהייל. ארום זיי האט זיך פערזאמעלט דיא יוגענד־ אונזער יונגער דור, דיא האפפנונג אונד קראפט פון אונזער פאלק, דער העלדען־אויפרוף פון דעם אלטען מתתיהו אין דער שטארט מודעית, „מי לה־ אלי!“ האט יעצט וויעדער אויסגעקלונגען. מיר ציוניסטען, דיא אמת'ע קינדער פון דיא אמאליגע מאקקאבאער, פראקלאמירען דורך אונזער זשורנאל, וועלכער טראגט דיעזען אמאליגען היסטארישען נאמען — „מי לד־ אלינו!“ ווער עס האט גאטט אין האר־ צען זאל זיך אנשליעסען צו אונז, אונד ברענגען וואס פיר א קרבן עס איז אויף דעם אלטאר פון אונזער ארימען אונטער דיא פיס געטרעטענעם פאלק. מיר מוזען אללע צוזאמען, ארעם אונד רייך, רעפארמער אונד ארטאדאקסען, יונג אונד אלט געהען האנד אין האנד, שולטער ביי שולטער, דאן קענען מיר האפען אז אין גיכען וועלען מיר זיך פרעהען ביי דעם חנוכת הבית פון דעם דריטטען בית המקדש, אונד עס וועט פערווירקליכט ווערען, „שבתי לירושלים ברחמים, ביתי יבנה בה וכו'.“

י. כהנאוויץ.

גרינסבורג, פא.

ראַל אונד שמעון'ען אַלס בעל יועץ (5), דאַן האָט דער אַלטער פּאַטריאָט צוגעמאַכט זיינע אויגען אויף עוויג [166 ב. ק.] (6).

זיין זאהן יהודה, בעוואפענט מיט א פאנצער פון נאציאנאליזמוס האט ווייטער געפיהרט דעם קאמפף מיט גרויס העלדענטוטה אונד ענדליך פעריאגט דעם פיינד פון ירושלים. ער האט וויעדער דער הייליג געמאכט דעם אידישען צענטער—דעם בית המקדש—אונד אין דעם טאג ווען אידען זיינען געווען פרעהליך אונד לוסטיג איבער דעם חג חנוכת הבית, איז געקומען דיא נאכריכט אז אנטיוכוס איז געשטארבען, דאן האבען זיך דיא אידען דאפ־פעלט געפרעהט, וואס זיינען אויסגעלעזט געווארען פון אנטיוכוס עס הענד, אונד דאס איז דער עקר פון נס חנוכה (7)

אבער סוף כל סוף האבען מיר פערשפיעלט. אונזער טעמפעל פערברענט, ירושלים צערשטערט, ישראל פערטריעבען פון זיין לאנד. מיר זיינען צו־זייעט אונד צוערשפרייט איבער דער גאנצער וועלט. מיר טראגען אויף זיך קין'ס צייכען „נע־ ונד“. מען זאל גור אויפזאמלען אונזער בלוט וואס איז פערנאסען געווארען דורך דיא עגיפטער, אשור, בבל, רוים, שפאניען, פארטוגאל, רוסלאנד, רומע־ ניא אונד צוזאמען ניעסען, וואלט דאפון ווערען א קענט שווימען. דאס איז אונזער טרויריגע פער־נאנגענהייט. אבער אויך יעצט זעהען מיר אז וואס א טאג ווייטער ווערט דיא אידישע לאנע שלימער.

במצוק העתים, אין אזעלכע פינסטערע צייטען ערשיינען פיר אונז וויעדער אמאל דיא חנוכה־ ליכטלעך. ריכטיג האבען געזאגט אונזערע תלמוד־ יסטען: נר חנוכה מוסיף והולך. יעדען טאג צינ־ דעם מען אן מיט א ליכט מעהר, מיט יעדער פע־

(5) זעה חשמונאים א' ב' 73-50.

(6) זעה מלחמות היהודים ח״א פ״א.

(7) זעה נס חנוכה, פון ו. יעווזעראוו.