קארעספאנדענץ
שטארקער אונד גרויסער פעראיין פון אינטעליגענ-טע יונגע לייט. איהרע מאססען־פערזאמלונגען אונד ענטערטיינטענס ווארען איממער מיט ער־פאלג אונד מיט פיעל נוטצען פיר דיא ציון־אידעע. זיא ארבייט אויך צו פערשפרייטען ציוניזמוס בייא אונזערע פרויען, אונד קירצליך וועט זיך גרינדען א גרויסע ציוניסטישע פרויען סאסייעטע. אין דעם פערקויף פון שערס איז אונזער חברה אויך ניט צוריק געבליעבען. 40 שערס זיינען דורך אונזער חברה פערקויפט געווארען נאך דעם אינסטאל־מענט פלאן, אונד אלע שערס זיינען שוין דעל־ווערט, 60 דאללאר פיר 12 שערס האפען מיר קירצליך געשיקט, וועלכע זיינען נאך ניכט דעל־ווערד אונד 12 אפליקיישיאנס מיט קליינע דע־פאזיטס געפינען זיך ביי אונזער סעקרעטער—וואס אבער עס פעהלט אונז איז מעהר מיטארבייטער, אונד דאס האפפען מיר יעצט צו בעקוממען דורך דיא נייע אפיסערס, וועלכע ווארען ערוועהלט פא־ריגען חוה״מ, נעמליך: יצחק יהודה עמנואל, פרעזידענט; קלמן קלמענזאהן, ווייס פרעז; יונה לעווין, סעקר; משה קלמענזאהן, טרעזש; אויך א בארד אוו דירעקטארס, אדער א ועד הפועל, פון פאלגענדע העררען! יעקב ארענזאן ש״ץ, אליהו זילדיש, פיליפ גרינבערג, סעם גרינבערג, שמעון גאלדיש, אברהם ראזענטהאל, שלמה יאפע, משה צערניס, שמואל בראדסקיא. מיר האפען דאס אונזערע אפיסערס וועלען ארבייטען צוזאממען בעצה אחת פיר דעם וואהל אונד בעסטען פון „ציון“.
יונה לעווין, סעקר.
ניו בורנ, ניו יארק—דיא חברה בני ציון האט געהאלטען איהר רעגעלן מיטינג אם זאנטאג — אקטאפער דען 20טען — אונד פאלגענדע אפי־סערס זיינען ערוועהלט געווארען: רעוו. הורוויטץ, פרעזידענט; מ. שרייבער, ווייס־פרעז; מ. רובין, טרעזש; מ. גאללאנד, סעקר; שאיעוויץ אונד ציפקין טראסטיעס עס וואר בעשלאססען צו קויפען מעהר שערס פון דיא קאלאניאל פאנק.
דיא חברה בני ציון מאכען נרויסע פארטשריטע. מיר בעדאנקען דיא אלטע אפיסערס, איבערהויפט דעם עקס־פרעזידענט מ. גאלדשמיט, פיר זיין אונ־ערמידליכער ארבייט פיר דיא הייליגע אידעע, און איך האף אז אונטער דיא לייטונג פון דיא נייע אפיסערס וועט פיעלעס אויפגעטהון ווערען פיר דעם ציוניזמוס. עס וואר אפאינטעד א קאמיטע פון 5. צו פערברייטען דעם ציוניסטישען מאנאטליכען מאגאזין אז ער זאלל זיך געפינען אין יעדע אי־דישע הויז.
יוסף צבי גאללאנד, סעק.
ס. פויל, מינג. — דיא חברה „תפארת ציון“ דיא גרעסטע אונד עלטעסטע היער, געגרינ־דעט דעם 23טען יאנואר 1898, דורך יונה לעווין, יעקב ארענזאן, משה קאלמענזאן, קלמן קאלמענ־זאן, העררי קאהן האט זיך אנגעשלאסען צו דער פעדעריישאן איין יאהר שפעטער. זיא האט גע־מאכט נוטע פארטשריטע אונד פערשפרייטען ציונ־יזמוס היער אונד אין דער אומגעגענד, אונד אויך מיטגעהאלפען צו גרינדען דיא „יונג־ציוניסטען“, א
