Die Welt · Vol. VI, No. 2 · 10 January 1902
16printed page
scan 16 of 16

Seite 16 „Die ✡ Welt“ Nr. 2

1902 דער אבאנעמענט אויף דעם יאהר 1902

„דער יוד“

פיערטער יאהרגאנג. פיערטער יאהרגאנג.

ערשיינט יעדע וואך.

די איינציגע צייטונג פאר דעם יודישען פאלק אין דער שפראך וואס ער רעדט און פערשטעהט. די איינציגע צייטונג וועלכע קענען לעזען קליין און גרויס יונג און אלט.

דורך דעם „יוד“ קענען די לעזער זיך בעקענען מיט די ווערק און שאפונג פון אונזערע בעסטע יודישע פאלקס שרייבער וויא אויך מיט די בעסטע יודישע שריפטשטעלער וועלכע שרייבען אין העברעאיש און אין אלע אייראפעאישע שפראכען, ווייל אין „יוד“ שרייבען אלע אויף א שפראך וואס דאס יודישע פאלק רעדט און פערשטעהט.

ביז הער זענען געווען אין דעם „יוד“ ארטיקלען פון די דאזיגע שרייבער:

אבראמאוויטש ש. י. (מענדלי מוכר ספרים), אייזענשטאדט מ. א., דר. אמת, אש ש., ביאליק ח. נ., בעל מחשבות, בערנפעלד ש. דר., בערשע, ברינין ר., דינעזאהן י., הורוויץ ה. ד., האדערע אבנר, ווייסבערג י., „ילינער א.“, יפה ל., לוריא יוסף דר., ליליענבלום מ. ל., לעווינסקי א. ל., לעווין ש. ד., מאנדעלשטאם מ. פראפ., נאמברג ה. ד. ספעקטאר מ., פינסקי ד., פריז ש., פריעד- בערג א. ש., פרישמאן דוד, פרין י. ל., רייזען א., ציפראן ש. ל., קלויזנער יוסף, ראבינצקי י. ח., ראזענפעלד מאריס, ראזענפעלד ש., ראבינאוויטש א. ז., שאך מאביס, שולמאן א., שטיינבערג י., שלום עליכם און נאך פיעל אנדערע.

די ביזהעריגע פראגראם פון „יוד“ ווערט פון ניי-יאהר פערגרעסערט און וועט בעשטעהן פון די פאלגענדע אבטהיילונגען:

I. ליטעראריקלי. — II. פובליציסטיק. — III. פאליטישע איבערזיכט. — IV. די יודישע וועלט. — V. אלגעמיינע וועלט-נייעס. — VI. צייטונגס-שטימען. — VII. יודישע שטעדט און שטעדטליך. — VIII. צווישען אונז גערעדט. — IX. צייטונגען פון דער וואך. — X. מען שרייבט אונז. — XI. בעלעטריסטיק. — XII. שירים. — XIII. היסטארישעס. — XIV. ארץ ישראל. — XV. ביאגראפיעס. — XVI. פאפולערע וויסענשאפטליכע ארטיקלען. — XVII. קריטיק. — XVIII. פֿעליעטאנען. — XIX. די גרויסע וועלט. — XX. נייעס אויס דער וויסענשאפט.

מיט דער ערשטע נומער פון דעם נייען יאהר וועלען אלע אבאנענטען בעקומען אומזיסט א וואנד-קאלענדער פראכטפאלל געדרוקט אין 3 פארבען, וועלכער וועט ג י ט צ ו ט ו ן דאס גאנצע יאהר פיר יע ד ע ס יודישע הויז.

אלע נייע אבאנענטען וועלען בעקומען אומזיסט דעם אנהויב פון דער ערצעהלונג „חשמונאים“ פון א. ש. פריעדבערג און אויך די ערשטע ערצעהלונגען פון דער סעריע „קליינע מעשעלעך“ פון שלום עליכם.

אבאנאמענט-פרייז פון דעם „יוד“:

יעהרליך — 5 רובל, האלביעהרליך — 3 רובל, פיערטעל יעהרליך — 1 רוב׳ 50 קאפ׳. פאר 1 מאנאט 60 קאפ׳. יעהרליכע אבאנענטען קענען אויך אויסצאהלען די 5 רובל אין 3 ראטען: ביים אבאנירען: 2 רובל, דעם 1-טען אפריל: 2 רובל און דעם 1-טען אויגוסט די לעצטע ראטע — 1 רובל.


כדי צו געבען אונזער פאלק אזוינע ווערק, וואס זאלען איהם זיין אי אינטערעסאנט, אי ניצליך, האבען מיר בעשלאסען פון ניי-יאהר אן ארויסצוגעבען א מאנאטליכען זשורנאל, וואס וועט ערשיינען אונטער דעם נאמען:

„די יודישע פאמיליע“

א מאנאטליכער יודישער זשורנאל פיר ליטעראטור און וויסענשאפט.

דאס וואס איז ניט מעגליך צו געפינען אין א צייטונג, ווייל איבער די טעגליכע צייטונגס-נייעס און לעזענס-פראגען קען מען ניט דרוקען קיין גרויסע ווערק, וועלען די לעזער אין זשורנאל „די יודישע פאמיליע“ געפינען — גאנצע ווערק ארייננעלעגט אין איבערזעטצונגען פון די בעסטע יודישע און די בעוואוסטע אייראפעאישע שרייבער.

בכלל וועט דער זשורנאל „די יודישע פאמיליע“ זיין רייך אין אינהאלט און וועט ענטהאלטען פאלגענדע אבטהיילונגען:

א) גרויסע און קליינע ראמאנען און ערצעהלונגען פון יודישען לעבען אין די נייע און אין די אלטע צייטען. — ב) היסטארישע און וויסענשאפטליכע ארטיקלען. — ג) רייזע בעשרייבונג אין די ווייטע מדינות, אויך ערצעהלונגען פון דער נאטור געשיכטע. — ד) לעבענסבעשרייבונגען פון בעריהמטע מענער און פרויען. — ה) בעשרייבונגען וועגען אלע לענדער וואו יודען וואהנען, איבערהויפט ארץ ישראל. — ו) קריטיק איבער נייע ביכער און ביבליאגראפיע. — ז) ניטצ- ליכע ידיעות וואס יעדער מענש דארף וויסען אין זיין הויז, זיין פאמיליע. — ח) נייע ערפינדונגען, אנעקדאטען, גלייכע ווערטליך, פאלקסלעדער, שפראכוערטער און שבילדיגע רעד פון גרויסע לייט.

אויסער דעם וועט אין מאנאטליכען זשורנאל זיך געפינען א בע ש ט ע נ ד י ג ע א ב ט ה י י ל ו נ ג מיט דעם טיטעל: „ראש חדש“ וואו עס וועט גערעדט ווערען וועגען מעגליכען און וואכענדיגען יודישען לעבען אין חדש.

אין דעם זשורנאל ארבייטען די בעסטע יודישע שרייבער.

דער זשורנאל וועט ערשיינען פון ניי-יאהר אן פ י נ ק ט ל י ך יעדען מ א נ א ט א ב י כ י ל, יעדעס ביכיל וועט האלטען 4 דרוקבאגען גראסעס פֿארמאט (64 זייטען) געדרוקט אויף שעהנעם פאפיר מיט נייע שריפט.

אבאנאמענטס-פרייז פון דעם מאנאטליכען זשורנאל, די „יודישע פאמיליע“: יעהרליך: 4 רובל; האלביעהרליך 2 רובל; פיערטעל יעהרליך 1 רובל, יעדעס מאנאטליכע העפט 40 קאפ׳.

ווילענדיג אז דער נייע זשורנאל זאל צווישען די יודישע פאמיליעס פערברייטעט ווערען און אויך אז אונזערע אבאנענטען פון „יוד“ זאלען בעקומען דעם זשורנאל צוזאמען מיט דער צייטונג האבען מיר בעשלאסען אז פאר די אבאנענטען פון „יוד“ איז דער פרייז פון דעם מאנאטליכען זשורנאל

„די יודישע פאמיליע“ נור 1 רובל (פאק-טא 50 קאפ׳)

די אבאנענטען וואס שרייבען אויס דעם „יוד“ אויף אויסצאהלונג אין ראטען קענען אויך דעם זשורנאל „די יודישע פאמיליע“ אויסשרייבען אויף אויסצאהלען אין די ערשטע צוויי ראטען פון „יוד“: ביים אבאנירען 50 קאפ. און 25 קאפ. פארטאק און דעם 1. אפריל 50 קאפ. און 25 קאפ. פארטאג.

די אדרעססען: Administration „Der Jude“, Krakau, Gertrudagasse Nr. 16.

Verlag „ACHIASAF“ Warschau, Postkiste 25. פיר רוסלאנד: פערזענליך: טווארדא 6.

Herausgeber und verantwortlicher Redacteur A. H. Reich. — Buchdruckerei „Industrie“, Wien, VIII., Schloesselg. 11.