The Maccabaean · Vol. VIII, No. 2 · February 1905
56scan
of 60
Facsimile · scan 56 of 60
Scan of scan 56
Text · transcribed from the scan

פארמס

דיא דזשואיש אגריקולטשוראל ענד אינדאסטריאל אייד סאסייעטי פון נומ׳ 725 בראדוויי, נויארק סיטי, וועלכע איז געגרינדעט געווארען פון דעם באראן דע הירש פאנד, גיט פרייע ראטה וועגן פארם לאנד. קויפט ניט און מאכט קיינע דעפאזיטס ביז איהר האט זיך בעוואטהען מיט זיי. צו עהרליכע פארמערס, וועלכע קויפען זייערע פארמס ריכטיג ווערט געלייהען געלד מיט קליינע פראצענט און אויף זעהר לייכטע בעדינגונגען. זיי האבען אימער גוטע פארמס אויף זייערע ליסטען, וועלכע מען קען קויפען זעהר ביליג, איהר וועט אייך שפארען פיעל טראבעל און געלד ווען איהר וועט ניט נעהמען דעם ראטה פון מענשען וועלכע רעדען אייך איין בלויז צוליעב זייער קאמיססיאן, און דיא מייסטען פון זיי ווייסען אליין ניט וואס א פארם איז ווערטה. געהט צו דיא סאסייעטי, וועלכע האט געמאכט א ספעציאליטעט פון דיעזע ביזנעס זייט פיעלע יאהרען, און וועלכע איז געגרינדעט געווארען מיט דעם איינציגען צוועק אייך צו העלפען. דיעזע סאסייעטי נעהמט קיינע קאמיססיאן, ניט פון קויפער און ניט פון פערקויפער.