The Maccabaean · Vol. VIII, No. 1 · January 1905
8scan
of 60
Facsimile · scan 8 of 60
Scan of scan 8
Text · transcribed from the scan

אלט ניילאנד

דיא לעצטע בעריהמטע ווערק פון דעם אונגעקרוינטען אידעשען קעניג אונד פאטער פון פאליטישען ציוניזמוס

דר. הערצל ע"ה

וואס איז פאליטישער ציוניזמוס?

וויא אזוי איז דיא אידעע פון פאליטישען ציוניזמוס געקוממען צו דר. הערצל ע"ה? וואס האט דער פאליטישער ציוניזמוס אויפגעטהאן ביז היינט?

וויא אזוי קען דיא אידעע פון פאליטישען ציוניזמוס פערווירקליכט ווערען? וויא אזוי קען דער ציוניזמוס ווען ער זאל שוין פערווירקליכט ווערען, פערבעסערן

דיא פינסטערע אונד ביטערע אידעשע לאגע פון אלע גלות לענדער? אט דיעזע אללע פראגען ווערען ערקלערט אין דער בעריהמטער ווערק

,,אלט־ניילאנד" וועלכע איז יעצט ערשיענען, אונד יעדער איד בייא וועמען דאס ווארט ,,ציון" איז נאך טהייער, דארף דאס בוך לעזען אום צו פערשטעהען דיא ערהאבענע אידעע פון דעם פאליטישען ציוניזמוס וואס עס איז בעשאפען גע־ווארען פון דר. הערצל ע"ה.

דאס בוך ,,אלט־ניילאנד" פאנגט זיך אן מיט א ראמאנטישע ערצעהלונג וועלכע איז זעהר שפאנענד אונד אינטערעסאנט אונד אין דערזעלבער צייט ווערט פארגעשטעלט דיא אויספירונג פון ציוניסטעשען געדאנק, וויא אזוי פאלעסטינע איז שוין געווארען איין אידעשער שטאאט אונד ווערט פערוואלטעט פון איין אידעשע רעגירונג, וויא אזוי זיא האט זיך אין אקורצע צייט ענטווי־קעלט אונד איז געווארען דער סענטער פון קאמערץ אונד אינדוכטריע אין גאנץ אזיען.

דאס בוך ,,אלט־ניילאנד" איז ספעציעל געווידמעט צו אלע ציוניסטישע־יודעשע פראגען וועלכע פערלאנגען קלארע אונד דייטליכע תשובות, אלעס ווערט רוהיג געלאססען אונד וויסענשאפטליך ארומגערעדט אונד ערקלערט.

מאקס נארדוי האט געזאגט, אז דאס בוך ,,אלט־ניילאנד" איז ניט נור וויכטיג פיר אידען אונד ציוניסטען, זאנדערן עס איז א קלאססישע ווערק אין דער אייראפעאישער ליטעראטור, דיא רייכע פאנטאזיע וועלכע דער פער־פאסער ווייזט ארויס ביים שילדערען דיא לאגע פון דער אידעשער מדינה איז אזוי קונסטפאל אונד מייסטערהאפט בעשריעבען, דאס מען פיהלט א גייסטיגען פערגעניגען דאס צו לעזען.

דאס בוך איז איינגעטהיילט אין 5 טהייל אונד איז פיין געבונדען אין א קלאטה־באנד פרייז 50 סענט. פרייא פארטא 60 סענט

ספעציאל רעדוצירטע פרייזען פיר סאסייטיעס

צו בעקומען בייא אללע בוכהענדלער, וויא אויך בייא דיא הערויסגעבער

THE HEBREW PUBLISHING COMPANY,

122-128 Leonard Street,

Brooklyn N. Y.