"ריא גינטערנאציאנאלע ביבליאטהעק."
עבען ערשיענען
אלע געזאמעלטע געדיכטע פון
מארדים ראזענפעלד
א פראכטפאללע אילוסטרירטע אויסגאבע וואונדער שיין געבונדען יעדע פיידזש פערציערט מיט איין ראם. דער בוך איז געדרוקט אויף פיינעם פאפיער און ענטהאלט ביינאהע 400 מייסטערהאפטע פיידזשעם.
דעם דיכטערס נייסטעם, געלונגענסטעם פאטאגראפישעם בילד. א פאלשטענדיגע, אויספיהרליכע ביאגראפיע פון דעם דיכטער און א קריטישער איבערבליק זיינע פאעטישע שעפפונגען פון דער עהרליכער, אונפארטהייאישער פעדער פון מר אלקסנדר הארקאווי.
דיעזער פאעטישער אוצר
איז איינגעטהיילט אין פינף אבטהיילונגען.
ערשטע אבטהיילונג:
ארבייטער און פרייהייטס ליעדער,
וואו עס געפינען זיך מאררים ראזענפעלד'ס אלע געלונגענע, ריהרענדע און הערצרייסענדע ארבייטער־ליעדער.
צווייטע אבטהיילונג:
נאציאנאלע און פאלקס־ליעדער א זאמטלונג פון אידישע זייפצען, טרעהרען און פריידען אין בריליאנטענער פארם.
דריטע אבטהיילונג:
לירישע געדיכטע, פול מיט נייסט, הארץ און נשמה און פול מיט קונסט
פיערטע אבטהיילונג:
סאטירישע געזאנגען. אלע סאטירישע און הומאריסטישע מייסטער שטיקער פון ראזענפעלד'ס פיערדיגע פעדער.
פינפטע אבטהיילונג.
פערשיעדענע ליעדער, וואהרע פערל אין אונזער מאמע לשון.
ראזענפעלד'ס הקדמה.
דער דיכטער האט געשריעבען א פראכטפאללע הקדמה צו זיין ווערק וועלכע איז א מייסטער שטיק פאר זיך אליין און איז ווערט געלעזען צו ווערען פון יעדען איינעם. ארדערט מאררים ראזענפעלד'ס בוך. פערציערט אייער הויז מיט אידישע בריליאנטען.
פרייז $1.00
צו בעקומען אין אלע בוכהאנדלונגען וויא אויך ביי דיא פובלישערס INTERNATIONAL LIBRARY PUBLISHING COMPANY, 23 Duane Street, New York.