דיא איז דאף מיינע, ניט אמת פיעלייכט וואס איך זאג ? און דאס תהלימ'ל, וואס, ניין ? לייענט איהר אליין איבער פאר אייך אלע טאג. יא דאס איז אמת דאס ווייסען מיר גוט דאס געהער אבער צום עברעיי דוא רופסט זיך אבער מיט דעם נאמען יוד, דיך קענען מיר גאר ניט, געה, געה. אוי לאזט מיך אריין איך וועל אייך ניצליך זיין איך בין דאך פעהיג צו אלסדינג : צום לערנען א מח צו מלאכה א כח צום האנדלען א גאנץ קלוגער יונג. דאס קענען אויך מיר מיט דיר, וויא אהן דיר וויא קומסטו גאר דערצו, דוא פלעגסט דאך פערצייטען ערד בעארבייטען שעפעלאך פאסען און פיה ? וואו נעהם איך היינט דעם כח וואס אמאל שוואך בין איך קוים וואס איך שטעה פון שלאגען און יאגען גאר אהן א צאהל ! א תירוץ איז דאס, געה, געה ? וויא קען איך זעהן אין דער פינסטער צו געהן איך וועל ווארטען ביז ס'וועט אויף געהן דיא זונן ! בייא דער ליכטיגער שיין קען מעגליך זיין וועט מען דערקענען מיר אויך ווער איך בין ! איך וועל שוין, איך שווער, ניט זינדיגען מעהר דאס שווער איך דיר גאט הייליג צו אבי גיב שוין איין אין זינען אריין דיא פעלקער מיר שענקען מיין רוה ! און פאר דיא מלכים בעט איך בייא דיר זאלסט לאזען לאנג לעבען זייא און שטארקען דאס הערץ צום גוטען אויף מיר מען זאל מיר ניט שרייען מעהר, געה.
The Wandering Jew
פעריאמערט פערקלאגט פון זיין היים פעריאגט פאר זיינע גרויסע זינד, אזוי אומערום בלאנדזעט ארום פון גאט דאס פערשאלטענע קינד ! אז ער זאל אויף קיין ארט ניט לאנג בלייבען דארט גאר געהן און ניכט ווערען מיר, דערצו האט איהם זיין טאטע אלקים געשטעמפעלט מיט דעם נאמען איד. זיין קאפ אנצושפארען בעט ער זיך איין, האטש וויין, האטש שרייא אוי וועה ! ניין, ענטפערט מען איהם מען לאזט ניט אריין א יוד ביזט, געה ווייטער געה ! אויף זיין ווייטען וועג האט ער געהאט טעג : עמלק האט איהם שוין דערטאפט, און דיא גרויסע שררות מדי און פרס האבען איהם אויך גוט געקלאפט, אין שפאניע, אין דאס האט מען איהם וויא א שוואס אויסגעקועטשט און ארויסגעשטעלט פארברענט פון היטץ דערשלאגען פון בליטץ פערפרוירען פון שרעקליכער קעלט ! און וואו אין א טויער ער קלאפט גאר אן הערט ער א געשריי : ווער ביזט, וואס האסטן גאר דא צו טהאן, נישטא קיין פלאטץ פאר דיר געה, געה. פרעמד ביז איך ניט איהר קענט מיך גאנץ גוט איך האב דאקומענטען א כך, מיין פאס דעם אלטען האלט איהר בעהאלטען אליין אין דער שאפע בייא אייך, דיא ביבעל דיא פיינע