13. בעשלאסען, דיא אמעריקאן פעדעריי-שיאן אף ציוניסטס ניבט איהר דאנקבאר-קייט צו דיא אונגענאנטע פרייוויליגע געבער פיר דעם אויפהאלט פון המכבי דורך דעם יאהר איינשטימיג אנגענומען.דר. יוסף ליפמאן, טרענטאן, האט אריינגעבראכט פאלגענדען בעשלוס.בעשלאסען, דאס וויר, ברידער דעלעגאטען צו דיא פינפטען יעהרליכען קאנווענשיאן זא-גען צו יעדער אונזער שטיצע צו דיא בעשלעסער אנגענומען ביי דיעזען פעדעריישיאן, און שפרע-כען אויס אונזער צוטרויען צו אונזער ווירדיגען פרעזידענט, און אלע מיטגלידער פון דעם עק-זעקוטיוו קאמיטע. מיר בעשליסען אויך צו שי-קען א שטימונג פון צוטרויען צו דעם פרעזידענט פון דער גאנצער גרעסערע, דר. טה. הערצל און מי. נארוי אויף גרעסערע אקציאנס קאמיטע אין יוראפ. איינשטימיג אנגענומען.דער פרעזידענט האט דעם פארויטין געגעבען צו מר. מארריסאן.דער פארזיצענדער האט דאן פארגעלעגט דעם פארשלאג פון דר. שאפער אנצונעהמען דעם בע-ריכט פון דיא קאמיטע וועגען נאמיניישיאנס אלע אויף א מאל.ארבי מארגאליעס, באסטאן, האט געמאכט א שטארקע ביטטע צו דיא דעלעגאטען פאר ארדער, הארמאניע, אחדות אונד טרייהייט צו ציוניזמוס. דער בעריכט פון קאמיטע וועגען נאמיניישיאנס איז דאן אנגענומען געווארן אין גאנצען אונד אלע וואס זיינען נאמינירטע געווארן פון דיא קאמיטע ווארען צו ערוועהלט ביי א שטימונג 71 דאפיר און 18 דאגעגען. דיא פאלגענדע רעזאלוציאן איז דאן פארגעלעגט: בעשלאסען, דאס א סטייט-דעפוטי זאל אויסגעקליבען ווערן פון יעדען סטייט, אום צו ערמוטהיגען ווייטערע פראפאגאנדא פון ציונ-יזמוס. אונטערשריעבען פון 10 דעלעגאטען.פארגעשלאגען און בעשטימט דאס צו טאבלירען. פארגעשלאגען אונד בעשלאסען איינשטימיג דאס א קאמיטע פון דרייא זאל ערנאנט ווערן פון פרע-זידענט צו מאכען ארריינדזמענט מיט דיא באהנען שפעטערע קאנווענשיאנס.מר. מארגאליעס, פרעזידענט פון באסטאן קאנסיל, האט איינגעלאדען דיא דעלעגאטען צו איין אויפנאהמע אונד באנקעט געגעבען צו ווערן אין באלדווין האלל.דער פרעזידענט האט געשלאסען דיא קאנווענ-שיאן אום 6.30 נאכמיטאג.דיא ענדערונג פארגעלעגט—א קאמיטע זאל ער-נאנט ווערן אויסצוארבייטען מיטלען צו מאכען דעם בעשלוס טהעטיג. אנגענומען מיט דיעזע ענדערונג.8. בעשלאסען, דאס דער דאנק פון דיעזע קאנווענשיאן זאלל געגעבען ווערן צו עהרען-סעקרעטער י. ד. מארריסאן פאר זיינע טרייע דיענסט אונד איבערגעבענע ארבייט פאר ציונ-יזמוס. איינשטימיג אנגענומען.9. בעשלאסען, מיר רעקאמענדירען יעדע סאסייעטי זאלל האלטען אן ענטערטיינמענט מיט דעם צוועק צו קריגען געלד צו קויפען אקציעס וואס וועט ארויסגעגעבען זיין פון המכבי. איינשטימיג אנגענומען.10. בעשלאסען, יעדע סאסייעטי זאל צאהלען שקל אונד פעדעריישיאן-שולדען יעדען האלב-יאהר, אונד דיא שקל-שולדען זאלען באלד נאכדעם געשיקט ווערן פון טרעזשורער פון פעדעריישיאן נאך וויען.דיעזער בעשלוס האט דער פרעזידענט געהאל-טען איז איין ענדערונג פון דיא קאנסטיטוציאן אונד אויף דעם ארט איז ער איינשטימיג אנגענומען געווארן.11. בעשלאסען, דיא קאנווענשיאן פער-דאמט דעם פארשלאג אבצושאפען דעם היי-ליגען אונד טראדיציאנעלען שבת. איינשטימיג אנגענומען.12. בעשלאסען דאס דער עקזעקוטיוו קאנסיל זאל אויסקליבען א קאמיטע פון דרייא, וועלכע זאלל גענאנט זיין „נאציאנאלפאנד-קאמיטע“ פיר דעם צוועק פון פערגרעסערן דעם פערקויף פון סטעמפס אונד צו האבען דעם איינציגען אויפזעהן דאריבער.פארגעשלאגען צו ענדערן ביי צולעגען „דאס פאללע אונטערריכט זאלל געשיקט ווערן צו דיא סאסייעטי וועגען דעם אידישען נאציאנאל-פאנד.“ווייטערע ענדערונג איז פארגעלעגט דאס דיא פעדעריישיאן זאלל בעטען אלע סאסייטיס ארויפ-צולעגען דעם סטעמפ פון דעם אידישען נאציאנאל-פאנד צו אלע איינקאפונגען, טיקעטס פאר ענטערטיינמענטס, באלס, א ז. וו.דער בעשלוס וויא געענדערט איז איינשטימיג אנגענומען געווארן.
The Maccabaean · Vol. II, No. 6 · June 1902
342printed page
scan 48 of 68
scan 48 of 68
Text · transcribed from the scan
