The Maccabaean · Vol. II, No. 5 · May 1902
292printed page
scan 52 of 54
292
THE MACCAB\u00c6AN.
[May. 1002

אידען און אידען

אונזערע אנטי־ציוניסטען און דיא ציוניסטען

פון אייזיק עללען.

אויף זיינע הייליגטהימער און שפייט זיך אליין אין פנים אין דער איינציגער האפנונג אז ער וועט ענד־ליך זוכה זיין צו זעהן פון זיי א פריינדליכען שמיי־כעל, און ענדליך ווענדעט ער זיך אויך אָפּ פון זיין נאָט און פערשפּאָטעט זיין הייליגע תורה, גלויבענ־דיג דאמיט פעסער אויסצונעהמען.

II.

דער איד וועלכער האָפּט מיט ציון.

דער איד ליעבט זיין פאָלק, ער קימערט זיך אבער מעהר פיר יענעמ'ס נשמה וויא פאר'ן גוף. דער איד איז א גבור, ער פענוצט אבער זיין גבורה צו קעמפפען אין שוהל פאר איין עליה אָדער איין אתה הראית; ער בעלאַנגט צו דיא נעריציך־נוואר־דיעס און אתה־הראית פריגאדע ער איז א די־פּלאָמאט ! ער פערווענדעט אָבער זיין דיפּלאָמא־טיע עלעקטעט צו ווערן אָלס גבאי אין שוהל, אָדער פרעזידענט אין לאָדזש. ער איז א פעהיגער גע-שעפּסטמאן, ער פערשווענדעט אבער זיינע פעהיג־קייטען אויף צו עפענען א גראָסערי סטאָר אין א בלאָק וואו עס זיינען שוין דאָ פינף. דער איד איז אַ בעל צדקה, אָפּבער דיא אונאָרדנונגען וואס עקזיסטירען אין זיינע צדקה אנשטאלטען פאכען איהם צו שפּאָט און צו שאַנד פיי זיינע שכנים. דער איד רעד אלע שבעים לשונות און אויסער לשון הרע קאן ער איינע ניט ריכטיג. ער איז פע־קאנט מיט דיא היסטאָריע פון אלע זיינע שכנים און קאָנקורענטען, ער פערדעקט אבער זיינע איי־גענע פערגאַנגענהייט, און ווען ער איז צו אלע זיינע מעלות אַ למדן, א באנק־קוועטשער, דאן דענקט ער, ער האָט שוין דערגרייכט דיא העכסטע שטופע פון חכמה און קוקט מיט פעראכטונג אויף דיא „היינטיגע“ וועלכע זוכען אויך חכמה אין ברונים פון מאָדערנע בילדונג. דער איד זיפצט אין זיינע ימים טובים, קרעכצט אין זיינע פייער־טעג. ער קלאָגט אויף גלות השכינה און וויינט אויף אידישע צרות. ער פיהלט דעם אידענ'ס שמערץ, ער ווארט אבער אויף'ן עני רוכב על

I.

דער איד וועלכער איז געגען ציון.

דיעזער איד איז א פאטריאט, ער ליעבט אבער א פרעמדע לאנד. דיעזער איד איז א העלד, ער קעמפפט אבער און פערגיעסט זיין בלוט אונטער א פרעמדעס פאָהן. דיעזער איד איז א דיפּלאָ־מאט, ער דיענט אפּער איין פרעמדע נאציאָן. ער איז א פעהיגער געשעפּסטמאן, ער העלפט אָבער צו ענטוויקלען דעם האנדעל פון א פרעמדעס פאָלק. ער איז א בעל צדקה, זיינע נדבות ווערן אָבער פערשווענדעט אויפצוהאלטען בעאַמטע וועלכע צא־פּען דאס בלוט פון עהרליכען מאן וואס דארף צו זיי אַנקומען. דיעזער איד קאן אלע שפּראכען אויסער זיין אייגענע; ער איז בעקאנט מיט דער היסטאָריע פון אלע פעלקער, ער וויל אָבער ניט וויסען פון זיין אייגענער היסטאָריע. ער איז בע־ריהמט מיט זיין געלעהרזאמקייט אין אלע פעל-דער דער וויסענשאפט; ער איז אפּער פארפרעמדט געוואָרן פון דער פעלד אויף וועלכע זיינע עלטערן האבען טויזענדער יאהרען געהאָרעוועט עס צו ענט־וויקלען. דיעזער איד פרעהט זיך מיט פרעמדע שטחות, קלאָגט אויף פרעמדע אונגליקען, פייערט פרעמדע ימים טובים, און וויינט אין זייערע טרוי־ער־טעג; ער וויל אָפּבער ניט וויסען פון זיין איי־גענע גלענצענדע פערגאַנגענהייט, און קימערט זיך אונזער פאָלק, ווערט פון איהם פערדאמט אלס פערדעמהער צו זיין אראָפּטירטעס פאטערלאנד. קאלט צו זיינע טראַדיציאָנען, גלייכגילטיג צו זיין היסטאָרישע אויפגאַפּע זוכט דער איד זיך איינצו־שמייכלען פיי זיינע שונאים. בלינד צו זייער פער־אַכטונג, טויפּ צו זייער געלעכטער זינגט ער זיי א „מה־יפית“ ליעד אום זיי צו געפעלען. ער שענדעט