The Maccabaean · Vol. II, No. 5 · May 1902
291printed page
scan 51 of 54

איז בעקאנט מיט דער היסטאריע פון ארלע פעלקער, ער פיהלט זיך אבער שטאלץ אויף זיין אייר גענע גלאררייכע פערגאנגענהייט. ער טרינקט פון אלע קוואלען דער וויסענשאפט, ער שעפט אבער זיין הויפט־בענייסטערונג פון זיין אייגענעם, אייביג פרישען קוואל, דער באר מיט חיים וועלכע זיינע פירסטען עלטערן האבען געגראבען. דער איד פרעהט זיך מיט אידישע נחמות און וויינט אויף אידישע צרות. ער פייערט מיט שטאלץ דעם זמן מהן הורתנו, און קריגט נייע האפנונגען פיר דער צוקונפט פון דעם יום חרתנו; ער שטרעבט אבער אויך מיט אלע זיינע קרעפטען צו העלפען זיין פאלק, ניט נור מיט תפלות און טרעהרען, נור מיט פראקטישע ארבייט.

טריי צו זיין גלויבען, איבערגעבען צו זיין אלטע היסטארישע אויפגאבע, שטרעבט ער צו גרינדען א היים פיר זיין היימלאזעס פאלק. מיט אפענע אוי־ רען און מיט א ווארמעס הערץ קעמפפט ער פאר דער וויעדעראויפלעבונג פון זיין פאלק. ער פער־ הייליגט אלעס וואס איז שעהן, און אונטערריכ־ טעט זיינע קינדער אין אלעס וואס איז ערהאבען. ער ליעבט יעדען אידען און זוכט איהם צוריק צו בריינגען אין זיין אלטעס פאטערלאנד. ער וועקט זיין פאטער וואס ריכט אפ חצות אויף גלות השכינה, און רופט צוריק זיין ברודער וועלכער איז שוין ווייט פערבלאנדזשעט פון אידישען וועג. ער גיבט זיי איין אידעאל, א נאציאנאלע פאהנע אונ־ טער וועלכע ציון'ס קינדער קאנען זיך פעראייניגען. ער פליסט איין א נייעס לעבען אין דיא דארע אויס־ געטרוקענטע ביינער פון דעם אלטען דור, און איין ווארעמען אידישען געפיהל אין דיא פערקיהלטע הערצער פון דעם נייעס דור. ער רופט צו זיי, ער וועקט זיי: קומט ברידער לאמיר אלע זיך פער־ אייניגען אריינצוגעבען א נייע נשמה ביי דער אלטער ציון וועלכע ליגט אין חורבות און ווארט אויף א נייעס פריהלינג.

החמור ער זאלל סומען און איהם אויסלעזען פון נכות, און אלליין וויל ער גאר ניט טאהן אום זיך צו העלפען, נאך מעהר, ער פערדאמט אלס אפיקורסים דיא וואס ווילען עפעס יא טאהן פאר'ן פאלק דורך א פראקטישע מעטהאדע אהן נסים. טריי צו זיין אלטע אמונה, איבערגעבען צו זיינע אלטע מנהגים, קוקט ער מיט האס אויף יעדער זאך וואס איז ניי. בלינד צו מאדערנע אומשטענדדען, טויב צו דער פרייהייטס שטימע זיצט ער און פערדאמט אלעס וואס שטימט ניט מיט זיינע אנדזיכטען. ער פערהייליגט אלטע אבגעלעבטע מנהגים וואס דער ביטערער גלות האט אויף אונז אויפגעצוואונגען, און וויינט און בעט אז צוליב זייער זכות זאל ער זוכה זיין צו הערען דעם שופר של משיח. פון דעסטוועגען רייסט ער אפ זיין קינד פון חדר איידער ער קאן נאך עברי און געהמט צו ביי איהם דיא וויידשעס וואס ער פערדיענט אום שבת.

III.

דער איד וואס טהוט פיר ציון.

דיעזער איד איז א פאטריאט, ער ליעבט אבער און בענקט נאך זיין אייגענע אלטעס פאטערלאנד. דיעזער איד איז א העלד, ער קעמפט אבער און איז זיך מקריב פיר זיין אייגענע פאלק. ער איז א דיפלאמאט, ער ארבייט אבער אין דיא אינטער־ רעסען פון זיין אייגען נאציאן. ער איז אויך א פער־ היגער געשעפטסמאן, ער פערווענדעט אבער זיינע פעהיגקייטען אויף צו גרינדען א אידישעס באנק, אום צו ענטוויקלען דעם אידישען האנדעל. דער איד איז א בעל צדקה, ער בעשאפט אבער ניט קיין שנארערס, און ערייעריגט קיינעם ניט דורך זיינע נדבות; ער העלפט דעם אידישען פאלק זיך אלליין צו העלפען. דער איד קאן אלע שפראכען, ער טרוימט אבער, און דריקט אויס זיינע שעהנסטע האפנונגען אין ציון'ס אלטע פאעטען שפראך. ער.