א ים אויף א ים.
רער אידישער וואנדערער צווישען הימעלאון וואכער.
פון ג. זעליקאוויץ.
עס מאָנט אויף'ן ים! שטילל פערטיעפט שטעהט דער איד,דיא וואסער־בערג קרעכצען איין עמיגראנטען־ליעד:וואס שפיענעלט זיך דאָרט אָב אין ים גאנץ טיעף?עס איז דער שאטען פון איין עמיגראנטען־שיף!דיא גליטשט זיך לאנגזאם, איהרע זענעלן אויסגעשפרייט,דיא מאשינע קלאפפט, דער ווינד זיפצט און בעגלייט.דער קוימען פערשפרייט הינטער זיך א צווייג רויך,דיא מאטראָזען זינגען און זיי קלעטערן אין דער הויך.דער הימעל איז קלאָהר, קיין רעגען און קיין שטורים—נור אונטען אין שיף איז נאָך א ים צרות, יסורים.
עס איז נאכט אויף'ן ים! דער הימעל טרוימט, דער איד האָפט,און דיא שיף זעהט אויס וויא איין אינזעלע וואס שלאפט.דיא מיליאָנען שטערן שיינען וויא דיאמאנטעןאויף הונדערטע פערשמאכטע אידישע עמיגראנטען.זיי ליגען צובראָכען, מיעד פערביטערט און בלאס—דיא הערצער פערבלוטינט און זייערע אויגען נאם.א קרוב האט זיי מיט א שיף'ס קארטע בעגליקט,צו ענטלויפען פון דאָרט וואו זיי ווערן געדריקט.„עס איז נאָך פסח, לאָמיר לויפען פון טיראנישע פעסט,צו זוכען א נייע היים און בויען א נעסט.“
האלבע נאכט אויף'ן ים! דיא שיף שווימט זאכט,זיא פערשפרייט איהרע פליגלען אויף'ן בווים פון נאכט.א שיף מיט צרות, א ים מיט אידישע שמערץ,יעדען עמיגראנט איז דורכגעלעכערט זיין הערץ!אָרימע וואנדערער! זיי זיינען צובויגען צובראָכען,און האָבען קיין אנדער געפעק וויא זייערע קנאָכען.דער ליענט אויף א קאסטען, דער אנדערער אויף א ברעט,זיי קוקען אויף'ן ים וויא אויף האָפנונג'ס טויטען־בעט.זיי האבען פערזוכט פון גלות דעם ביטערן טעם—זיי שלעפען א ים צרות—א ים אויף א ים!