יעקיל האט אנגעגרייט א פיינע סעודה. דיא געסט. מענער און פרויען, זיינען העכסט צופריע־ דען געווען; זיי האבען געשמאק געגעסען, נאך גע־ שמאקער געטרונקען, געזאגט וויטצען און אין אל־ געמיינען זיך לוסטיג געמאכט. נאך די הרחמן'ס האט דער עולם אנגעפאנגען צו טרינקען לחיים'ס, דאס הייסט ביי גוים "טא־ אסטס", יעדער האט געזאגט וואס ער האט געהאט צו זאגען, האט געוואונשען דיא עלטערן צו דער ציעהן זייער קינד אין פריידען לחורה וכחופה ולמעשים טובים, און זא ווייטער, נאר למך איז דיא גאנצע צייט געזעסען שטום. דער עולם איז אפילו געווען אביסעל בערוישט, דאך האבען זיי דאס בעמערקט און האבען אנגע־ פאנגען פארווירפע צו מאכען. „א חרפה און א שאנד“, האט איינער געזאגט, „אן עלטער־פעטער זאל ניט טרינקען לחיים צו זיין גרויס־געפען!“ „און א קוואטער“, האט דער צווייטער צוגעזעצט. „און זיין איינציגער פריינד וואס ער האט אין שטאדט“, האט א דריטער צוגעשמעט. אויך יעקיל האט זיך ערשט ארומגעזעהן דאס זיין אנקעל האט קיין לחיים געטרונקען, און איז צוגעשמאנען, און ווען דאס האט ניט געהאלפען האט קריינע אנגע־ פאנגען צו וויינען. „איך האב געהערט פון מיין באבען“, האט זי געחליפעט, „דאס ווען דער קוואטער מאכט ניט קיין לחיים צום קינד'ס ברית איז דאס א שלעכ־ טער סימן.“ דאס האט געווירקט. למך האט זיך אנידערגע־ שטעכט. ווייבערשע טרעהרען מאכען געוועהנליך אן איינדרוק. אויף למך'ן האבען זיי ניט געווירקט. ער האט זיך כלומרש'ט געמאכט דאס ער האט אויף איהר רחמנות געקראגען; אין אמת'ן אבער האט ער דאס געטאן ווייל האט געוואוסט דאס מיט זיין „טאסט“ וועט ער אנמאכען מעהר שלעכטס וויא גוטס. „פילט אייערע גלעזער!“ האט ער אויסגערופען. אללע האבען זייערע גלעזער אנגעפילט. „רבותי און רבותי'טעם!“ האט למך אנגעהוי־ בען: „רבותי און רבותי'טעם! איהר ווייסט איך בין קיין גרויסער רעדנער, און איך דארף אויך ניט זיין, דען איך מיש זיך וועניג אין געזעלשאפט. דאס איז דער צווייטער ברית וואס איך האב אין מיין לע־ בען מיטגעמאכט. דער ערשטער איז געווען ביי מיר אלליין, און ווען איך וואלט דאמאלסט געהאט דעם
„און איצט, א נקעל־, האט למך מיט פריידע גע־ זא גט, ווען ער האט איהם געצייגט דיא בייבי, „וויא ער דענקט איהר זעהט ער אויס?“ למך האט איהם אייניגע מינוטען בעטראכט און מיט פערוואונדערונג אויסגערופען: „רבונו של עולם, וויא קליין ער איז! אזא קליינעם קינד האב איך אין מיין לעבען ניט געזעהן. איך גלויב ניט דאס מען וועט היינט קענען מאכען דעם ברית.“ „דענקט איהר אזוי?“ האט דער קליינער יעקיל ענגסטליך געפרעגט, „ער איז איצט א ריעז צו וואס ער איז פריהער געווען. דער מוהל האט איהם נעכ־ טען געזעהן און געזאגט דאס מען קען דעם ברית מאכען.“ „א בער א נקעל איהר האט נא ך ניט געזא גט וויא דיא בייבי קוקט אויס“, האט קריינע געזא גט, „זעהט ער אויס וויא אייער געפער יעקיל?“ למך האט דיא בייבי וויעדער בעטראכט און גע־ טראכט וויא דיא יונגע עלטערן צו קריינקען. „איך ווייס ניט וויא ער זעהט אויס“, האט ער געזאגט גאנץ גוט וויסענדיג דעם ענטפער וועלכען מען האט פון איהם דערווארט. „דיינקט איהר ניט דאס ער זעהט אויס וויא איך?“ האט יעקיל מיט א שמייכעל געפרעגט. „א ה, ניין, געוויס ניט!“ „וויא קריינע פיעללייכט?“ „ניין, דאס אויך ניט. דוא ווייסט איך בין קיין מבין אויף בייביס, דאך דענק איך דאס ער זעהט אויס וויא א קליינער אינדיאנערל וואס שטעהט פאר אן א רימע ציגאר סטא רקעלע.“ דיא יונגע עלטערן האט דאס פערדרא סען אבער זיי האבען געמוזט שווייגען. דערווייל האט זיך דער עולם צוזאמען געקליבען, דער מוהל איז פארטיג געווא רן מיט אללע זיינע הכנות, דער סנדק האט זיך געזעצט אויף אליהו הנביא'ס שטוהל, און דער שמש האט אויסגערו־ פען „קוואטער!“ דיא קוואטערקע איז געווען מיסעס קליינאוויץ'ס א ניכטע, אויף איהר האט דיא שטארט געזאגט דאס זי קען שוין א נטא ן א ריינע העמד, דען זי איז געווען אריבער שלשים, און ווען דער עולם האט דערוועהן דאס דער קוואטער איז למך אלי־ הו מאן האט זיך אויף זייערע ליפען געצייגט א שמיי־ כער. למך האט דאס בעמערקט, ער איז רויט געווא רן און האט זיך געטראכט אין הארצען, ווארט איך וועל זיך אן אייך אללעמען נוקם זיין. נאך דעם ברית האט מען זיך געזעצט עסען.