מעל, וויא א ברכה פון נאָט, אַראָבפאלען אויף איהר! זיי וועלען זיכער קומען, און איינער פון זיי .... איינעם פון זיי וועט זיא פענליקען! זיא הויבט זיך נאָך העכער, זיא נלייכט אויס און צולייגט איהרע רויטע קליידערלעך, מיט דיא חנו'- דיגע טהוי, בריליאנטען בעשיט. זיא לענט דאס קעפעל אין א זייט; אזוי פיהלט זיא זיך שעהנער און נעהענטער צו דער שמאלער אלעע.
▼ ***
שא, עמיצער נעהט!
עס הויבט אן ציטערן דאס קליינע רויזען הער- צעל. זיא וויל זיך שוין צוריק בעהאלטען, זיא האט חרטה.... נור דער, וואס קומט אן, חאטש ער זעהט זיא נאך ניט, ציעהט זיא שוין צו וויא א מאננעט.
עס נעהט א יונגער מאן מיט אראבנעלאזענע אויגען.....
—אָה, ער וועט מיך נישט דערזעהן! טרייסט זיא זיך און שרעקט זיך צוזאמען.
דער יונגער מאן קומט נעהנער, זיא האט נאךאזא טרויעריג פנים נישט געזעהן. א דינער בי-טערער שמייכעל בלאנדזשעט ארום א פאר קליינעבלאסע ליפען.... דער יונגער שטערן איז גע-קנייצט, אויף דיא בלאסע באקען איז שוין לאנגקיין פריידיגער שטראהל נישט געפאללען.... זיינעאויגען זעהט זיא נישט, נור זיא פיהלט, אז זייאמוזען זיין בלאה און שעהן וויא דער הימעל, נורטרויעריג—וויא עס קאן נור זיין א הימעל אן זון!—און קיין איינציגע פון מיינע שוועסטער—וואונ-
זיא וויא—האט זיך פאר איהם ניט געאפערט?דער יונגער מאן הויבט פלוטצלינג אויף דיא אויגען; זיא האט געטראפען! דארט קאן זיין א הימעל, נור דערווייל איז א ים פון לייד! ער דער- זעהט זיא אויך; רייבט זיך מיט דער האנד דעם שטערן, וויא איינער וואס דערמאָהנט זיך עפעס. זיין שמייכעל ווערט ברייטער און פערשפרייט זיך אלס העכער און העכער ביז דיא אויגען. און דיא רויז האט זיך דערפרייט — זיא וועט האבען א היים.
ארויס פון דער שטעכעדיגער אָרימער היים אין דער פרייער וועלט אריין, צוגעזעצט צו אימיצענס א ברוסט!
איהר שרעקט דאס גליק און דאך ציעהט עס זיא וויא א מאגנעט.... זיא דערמאָהנט זיך אז איינמאָל האט זיא געהערט אזוי זיס מוזיקאליש דערען פון גליקליך זיין און גליקליך מאכען.... מענ- שען האט זיא ניט איינמאָל געזעהן, מאכע פון זיי עלענדע, טרויריגע, פערקרימטע מענשען.... נור מאנכע אויך פרעהליכע, גליקליכע, מיט רויזען אויף'ן הארץ! און דיא האבען געשמייכעלט, און דאס פנים האט זיי געשטראהלט מיט גליק! זיא וויל אויך אויסגלייכען, בלאנק מאכען א זויער- טרויעריג פנים, זיא וויל אויך ליכט אָנציגדען אין האלב פערלאָשענע אויגען....
זיא וויל זיך אלליין אברייסען פון צווייגעל און זיך צושארען צו דער אלעע, וואו מענשען וועלען באלד אנהויבען שפאציערען.... עס „פאסט“ דאך נישט, זיא ווייס שוין, אז דער סדר עולם איז ניט, רויזען זאללען זיך אברייסען אלליין, .... מען מוז ווארטען.... אויך אונטען וועט מען זיא ניט בע- מערקען! עס קאן דורכגעהן א פערטראגענער סוחר, א פראצענטניק וואס לויפט צו זיין קרבן אדער וואס אנטלויפט פאר'ן געזעטץ.... א טרע- גער מיט א שווערע לאסט אויף דיא פלייצעס, וואס וועט אויף איהר נאר קיין מבין ניט זיין און נישט אבטרעטען פון וועג.... און אונטער אויגע שיס אל איז געוויס ניט שטארבען! זיא מוז בליי- בען אויף'ן צווייגעל, חאטש זא איינזאם און טרוי- ריג, א וואהרע יתומה!
—מען וועט דאך באלד קומען! טרייסט זיא זיך, מיינע שוועסטער זיינען דאָך אויך ניט זיצען גע- בליבען!
* * *
עס איז א קלארער, העלער פריהמאָרגען; זייא וועלען זיך באלד בעווייזען. דער הימעל איז אזוי העלדבלאָה, אזוי שמייכעלדיג, אזוי גוט! אין אזא שעהנעם העללען טאָג מוז איהר גליק געבאָרען ווערען, און—וויא א זילבערנע שטראהל פון הימ-