The Maccabaean · Vol. II, No. 5 · May 1902
279printed page
scan 39 of 54
Facsimile · scan 39 of 54
Scan of p. 279
Text · transcribed from the scan

בלומען און פאטערלאנד

—אָדער—

די א ראָזען צו אונזער קאָנווענשאָן

פון נ. זעליק אָוויץ.

אתיה כפל לישראל : יפרח כשושנה ויך שרשיו כלכנון.

(הושע י"ד)

שפראך, איהר וועט דארט געפינען הונדערטער נעמען פון ראזען. אונזער שפראך אין וועלכער איך שרייב יעצט איז אבער נאך צו ארימ אין דיזער ווען פונקט, און מיר האבען בלויז צווייא נעמען : בלומען און ראזען. נור וואס רייד איך פון זשאר־ נאן? זאגאר דיא אייראפעאישע שפראכען האבען אויך קיינע נעמען פיר הונדערטע פערשיעדענע קאלירען וועלכע דער אלמעכטיגער מאלער האט אויסגעמאלען מיט זיין פינזעלע פון ששת־ימי בראשית !

אזיען איז דאס לאנד פון ראָזען, און זייער ווי־נעלע איז נעשטאנען אין מזרח־זייט, ווייל יעדע ראָזען איז דארט באזונגען נעוואָרן פון דיא נרעסט־פאֶעטען דער וועלט. אונזער קליינער אבער נרעס־טער פאֶעטישער בוך „שיר־השירים“ אליין איז אויס־נעפלאסטערט מיט ראָזען פון אנפאנג ביז ענדע. „אני חבצלת השרון שושנת העמקים“ — שרייט אויס דער נעמליכער משורר, און ווייטער דריקט ער זיך אויס „האומי צביה הרועים בשושנים“ (א צווילינג הערשעלאך וואס פיטערן זיך אויף ראָזען). וועלכער דיכטער האט נעברויכט אזא ברילאנטער נעבר אויסדרוק וויא „שפתותיו שושנים נוטפות מור וויינע ליפען זעהען אויס וויא ראָזען וואס מיט פארפוטען“?

אין דער אמת נערעדט, וואו האט דען דער איר דישער משורר נעזאָלט נעהמען זיינע נעדאנקען ווען ניט פון ראָזען? זיי זיינען דאך נאָטעס אונ־מערשריפט אויף'ן פעלד.

דאס איז אויך דיא אורזאכע ווארום דיא אירדישע פאעטען האבען פערגליכען אונזער נאציאןצו א ראזע (שושנת יעקב). דיא ראזען וואס בערדעקען יעצט דעם הר־הזתים, דעם לבנון און מוריה,זיינען דאך דיא אוראייניקלאך פון יענע ראזענוואס האבען דאמאלס געפיינט ווען ציון'ס

מיר זיינען יעצט אין מיטען מאָנאט מאי, דער ליעבליכער חודש פון דיא בלומען. מיר ווילען א וויילע בעטראכטען אין „המכבי“ דיא פרעזענטען וואס מאי ברייננט אונז יעדען יאהר אין דיעזע צייט, וויא אויך דיא ראָלע וואס דיא בלומען הא־בען נעשפיעלט אין יודענטהום און אין אונזער נא־ציאָנאלען שטאלץ.

דיא שעהנסטע זאך וואס נאטט האט בעשאפען אהן א נשמה איז א בלום. יעדען יאהר בעוואונ־דערן מיר דעם הייליגען גלאנץ פון דיעזע זיידענע בייביס אין גארטען וואס ריידען צום מענשען פון ליעבע, פאטערלאנד און האפנונג. אבער דיעזע בלומען האבען א קעניגין, און דיעזע קעניגין איז דיא ראזען.

דיא זיסע פארפופען פון דיא ראזען פערשמעקט דיא ערד, און ווען מען זאל נעהן שרייבען דיא ביאגראפיע פון דיא ראזען, דאן מוז מען שרייבען דיא געשיכטע פון דיא גאנצע מענשהייט. אין דיא אוראלטע צייטען, איידער מוזיק האט געמאכט ציטערן דיא סטרונעס פון מענשען'ס זעעלע, ווען דיא ראזע שוין געשטייכעלט אויף דער ערד. ווען ליעבע האט צום ערשטען מאל אויסגעשפרייט איהרע פליגלען, האט שוין דיא ראזע געבליהם ! ווען דיא האניג־זיסע פאעזיע האט צום ערשטען מאל באנעטצט דיא ליפען פון מענשען האבען שוין דיא ראזען גערעגענט מיט זיידענע בלעטעלאך. דיא ראזע איז היינט דאס וואס זיא איז געווען מיט טויזענדע יאהר צוריק—דיא שענסטע ציערונג אין פאלאסט און אויף'ן פעלד !

ווען מען עפענט אויף דעם קאמאלאג פון ראזען ווען, געפינט מען פון אלערליי קאלירען : פון ראזען פערל קאליר ביז פלאס־רויט, פון עכט ווייסע אטלאס־קאליר ביז ריינע גינגאלד קאליר. נעהט עפענט אויף א ווערטער־בוך אין אבי וועלכער