The Maccabaean · Vol. II, No. 5 · May 1902
277printed page
scan 37 of 54

פראגראם אין כאסטאן

וויא דיא קאנווענשאן וועט געפייערט ווערן

וואו עס וועט געגעבען ווערן א סעודה מיט כרמל-וויין און קאניאק כיד המלך.

8 אוהר אבענד וועט געגעבען ווערן א פאבליק רעסעפשיאן אין „באסטאן טהעאטער“, דאס גרעס־טע טהעאטער. דיא אונטערשטע סיטס וועלען קאסטען 25 סענט און אויף דיא גאלעריעס 15 סענט. גאווערנער קריין זאוויא דער סיטי מעיר און נאך אייניגע גרויסע בעאטע זיינען איינגע־לאדען אויף דיעזען רעסעפשיאן אין טהעאטער. א גרויסער ארקעסטער מוזיק וועט שפיעלען און זינ־גערס פון דיא בעסטע טאלענטע וועלען זינגען צו אמיזירען דאס פובליקום. דער אלטער עהרוויר־דיגער רעוו. דר. גוסטאוו גאטטהייל, וועט ערעפ־נען דעם פראגראם פון אבענד מיט א תפלה און נאכהער וועלען רעדען רעוו. ה. מאסליאנסקי, רעוו. י. זעף, פראפעסאר ריטשארד גאטטהייל, רעוו. דר. איליאוויזי פון פילאדעלפיא, רעוו. דר. דע סאלא, פרעזידענט פון דיא קענעדיאן פעדעריישאן און זייאניסטס, רעוו. דר. שאפפער פון באלטי־מאר, פראפעסאר שעכטער, רעוו. דר. דראכמאן פון נויארק, רעוו. דר. סטיפהען ווייס פון פארט־לאנד ארענאן, דר. הערץ פון יאהאניסבורג, אפ־ריקא, וועלכער איז יעצט אין אמעריקא און דר. י. אשער, א באסטאנער בישאף, וועלכער האט שוין אייניגע מאהל געהאלטען רעדעס וועגען דיא בעווענוג פון ציוניזמוס אין וועלכער ער גלויבט אויס איבערצייגונג. אין טהעאטער וועלען געגע־בען ווערן צו יעדען איינעם פון דיא בעזוכערס פרייע סאווענירס און עס וועט פערפהיילט ווערן דיזער סאוועניר נומער פון „המכבי“.

דעם פאלגענדען מאנטאג 26טען מאי וועלען געהאלטען ווערען אין דעם זעלבען פעניול האלל 3 זיטצוגעזען. דיא לעצטע זיטצוגע וועט זיין ספעציעל פיר שער האלדערס. אין צייט פון דיא סעשיאנס וועט א בעגרענצטע צאהל פון פובליקום זיין ער־לויבט צו זיצען אויף דיא גאלעריעס פון האלל. דיא קומענדע קאנווענשאן וועלכע פאללט אויס ליג בעומר וועט זיין א אידישער גאציאנאלער יום טוב אין באסטאן, אלע באסטאנער אידען ווארטען אויף איהם מיט וואהרע אונגעדולד.

באסטאנער ציוניסטען זיינען נאך גיעמאלס גע־ווען זא בעשעפטיגט וויא דיא לעצטע פאר וואכען. אין אלע טהיילען פון שטאדט וואו דיא ציוניסטען זיינען פערשפרייט ווערן געהאלטען מיטינגס, קא־מיטעס ווערן געשיקט איינע צו דיא צווייטע און אלע צוזאמען פעראייניגען זיך אונטער דעם הויפט זייאניסט קאנסול פון באסטאן מיט דעם צוועק צו מאכען גלענצענד דיא קומענדע קאנווענשאן פון דעם אמעריקאן פעדעריישאן און זייאניסטס. דעם 25טען און 26טען פון דיעזען מאנאט.

דיא הויפטפראגראםע איז שוין פערטיג: אללע דעלעגאטען וואס וועלען קומען נאך באסטאן פריי־טאג פאר דער קאנווענשאן וועלען איינגעלאדען ווערן צום דאוונען שבת מארגענס אין באלדווין פלייס שוהל. אלע רבנים וואס וועלן זיך געפינען אונטער דיא דעלעגאטען וועלען דיעזען שבת נאכ־מיטאג האלטען אין שוהל פאסענדע רעדען נאכ־דעם וויא רבי מרגליות וועט אויך אין א רעדע זיי זאגען א „ברוך הבא“ אין נאמען פון אללע אידען אין באסטאן.

שבת נאכט וועט געגעבען ווערען צו אלע דעלע־גאטען א גרויסארטיגען קבלת פנים ביי דיא סאנס ענד דאטערס און זייאן. דער עמפפאנג וועט בע־שטעהען אויס קורצע רעדען, מוזיק, געזענגע און רעפרעשמענטס. ביי דיעזען עמפפאנג וועלען דיא דעלעגאטען פארגעשטעללט ווערן איינע פאר דיא אנדערע אום זייא זאלען זיך בעקאנען מעהר פער־זענליך בעפאר דעם קאנווענשאן.

פאלגענדען זאנטאג, 25טען מאי אום 9.30 אוהר מארגענס וועט זיך ערעפנען אין גרויסען היסטא־ רישען פעניול האל דיא ערשטע זיטצונג פון קאנ־ ווענשאן, נאכדעם וויא דער סיטי מעיר מר. קאל־ לינס וועט בעגריסען דיא געסט אין נאמען פון שטאדט באסטאן. דיא זיטצונג וועט דויערן ביז 12 אוהר מיטאג.

פון 12 ביז 2 אוהר נאכמיטאג וועט געגעבען ווערן צו דיא דעלעגאטען א לאנטש און רעסעפ־שיאן ביי דיא דאטערס און זייאן. דיא צווייטע זיצונג וועט דויערן פון 2 ביז 4.30 אוהר און נאכהער וועט געגעבען ווערן ביי דיא באסטאן קאנסיל און זייאן א גראסארטיגער באנקעט אין באלדווין פלייס האל