The Maccabaean · Vol. II, No. 5 · May 1902
276printed page
scan 36 of 54
276
THE MACCABÆAN.
[May, 1902.]

ציון מארקעס פראקלאמירט

דער מנן-דוד אויף אונוערע פראדוקטען

ענגלאנד. דיא סאסייעטי קען דיא סטעמפס פער- קויפען צו איינצעלנע פערזאנען, אבער זיא מוז באלד קעש צאהלען, ווייל דיא סטעמפס ווערן נע- שיקט נור פאר קעש. דיא דעלעגאטען פון מאנכע סאסייעטים האבען אויף'ן ארט געגעבען זייער בע- שטעלונג פאר סטעמפס און אנדערע דעלעגאטען וועלען עס פארבריינגען פאר זייערע סאסייעטים צו מיטינגס.

עס איז בעשלאסען געווארן אויפצופאדערן אלעאידישע צייטונגען צו עפענען א קאלום פאר גרא-טולאציאנען דאס דיא בייטרעגע פון דיעזע גרא-טולאציאנען זאלען געהן פאר'ן לאנדפאנד.

צולעצט איז בעשלאסען נעווארען אז יעדע ציונ-יסטישע סאסייטי וואס פעראנשטאלטעט א קאנ-צערט, א באלל, א פיקניק אדער אירגענד וועלכע אונטערהאלטונג צו וועלכע זיא דרוקט טיקעטס, זאל אנקלעפען א סטעמפ אויף יעדען טיקעט. אויף אזא וועט יעדע ציוניסטישע שמחה איינברינגען עטליכע דאללאר פארן לאנד-פאנד. אלע ציוניסטען ווערן אויף אויפגעפאדערט אנצו-קלעפען דיעזע לאנד-פאנד סטעמפס אויף בריעף. דיא אקציאנס קאמיטע אין וויען האט וועגען דעם ניט לאנג ארויסגעלאזען איין אויפפאדערונג צו אלע ציוניסטען.

פאר'ן שליעסען דעם מיטינג האט דיא קאנפע-רענץ אויסגעדריקט א דאנק צו ה' לעווין עפשטיין פאר דיא פריינדליכקייט וואס ער האט נענעבען דיא רומס פאר'ן קאנפערענץ און פאר זיין מיהע צוזאמענצוברענגען דיא קאנפערענץ. דער מיטינג האט זיך געשלאסען אין דיא גרעסטע הארמאניע און שלום, און אלע דעלענאטען זיינען אוועק מיט בענייסטערונג צו ארבייטען פאר'ן לאנד-פאנד.

זאנטאנ דען 30טען מערץ איז אין יוטיקא, ניו-יארק, אבגעהאלטען געווארן א ציוניסטישער מאס-מיטינג, דורך דיא ווירקונג פון רעוו. לעווינסאן פון נויארק. דער פארזיצענדער, שמואל רייכלער, האט געהאלטען א בענייסטערטע און בעציבערנדע רע-דע, און רעוו. לעווינסאן האט געזונגען העברע-אישע און זשארגאנישע ציוניסטישע ליעדער. א פעראיין פון 40 מיטגליעדער איז דאן געגרינדעט געווארן.

אין אפיס פון דיא כרמל וויין קא., 311 5טע סטריט, איז דען 4טען מאי אבענד אבגעהאלטען געווארען א קאנפערענץ פון נויארקער ציוניסטען, וואס דערמאהנט אין דיא אלטע גוטע צייטען ווען דיא בענייסטערונג פאר דיא אידעע האט אנגע-פילט דאס אידישע הערץ.

דיא קאנפערענץ וואר איינבערופען פון אייניגע פראמינענטע מעננער צווישען דיא ציוניסטען אין אמעריקא. דער ציעל פון קאנפערענץ איז געווען אויסצוהערען דעם פראגראם וויא צו פערברייטען סטעמפס פאר דעם נאציאנאלען לאנד-פאנד.

וויא עס איז בעקאנט איז אויף דעם לעצטען קאנגרעס אין באזעל אנגענומען נעווארן א פלאן ארויסצוגעבען סטעמפס, וויא פאסטמארקען, וואס זאלען קאסטען א סענט א שטיק. דיעזע סטעמפס זאלען זיין אונגעפעהר אזוי גרויס וויא א פאסט-סטעמפ. פון איין זייט זאל דער סטעמפ האבען אויף זיך א מגן דוד מיט דעם ווארט "ציון" אין מיטען, און פון צווייטען זייט זאלק עס זיין מיט גוטיראביק, כדי עס זאלק קענען צוגעקלעבט ווערן צו א בריעף אדער אנדערע דאקומענטען. דיעזע סטעמפס זאלען דיא פריינדע פון ציון קויפען און קלעפען אויף זייערע בריעף, איינלאדונגען און אנ-דערע זאכען. דאס געלד פיר דיעזע סטעמפס זאל געהן פאר דעם נאציאנאלען פאנד.

אין אייראפא נעהן שוין דיעזע סטעמפס זעהר גוט. אין אמעריקא האט נור באלטימאר אים-פארטירט דיעזע סטעמפס פון דער אידישער קא-לאניאלבאנק אין ענגלאנד, און דארום איז פערור-פען נעווארן דיא קאנפערענץ, צו זעהן וויא מען קען דיעזע סטעמפס פערברייטען איבעראל.

פראפעסאר ריטשארד גאטהייל האט ערעפענט דיא קאנפערענץ מיט א קורצע רעדע. ער האט גראטולירט דיא דעלעגאטען וואס האבען ענדליך געעפענט זייערע אויגען. א רעפארט וויא צו פער-ברייטען דיא סטעמפס איז דאן פארגעלעזען גע-ווארן און נאך א גרינדליכער דעבאטע זיינען פאל-גענדע בעשליסע געפאסט געווארן:

יעדע ציוניסטישע סאסייעטי ווערט אויפגעפאר-דערט גלייך צו געבען איין אדדער פאר א געוויסע סוטע סטעמפס וועלכע וועלען געליעפערט ווערן פון