המכבי אין באר־שבע
א גרומ פון אברהם'ס וויעגעלע
נגב יהודה, חוה"מ פסח.
ווערטהער הערר רעדאקטאר:
איך שרייב דיעזע ציילען אין באר־שבע. אבער עראינערט זיך נור. באר־שבע, אט דיעזעלבע באר־שבע וואו דער אלטער ר' אברהם, דער גרונד־שטיין פון יודענטום, האט געפלאנצט זיין "אשל" אט דיא באר־שבע וועלכע האט שוין קרוב 2000 יאהר קיין אידישע שטימע געהערט, אט דיעזעלבע באר־שבע הערט יעצט דיא שטימע פון "המכבי" וואס ווערט געשריעבען פון דיא בעסטע שרייבער, אט דיא זעלבע באר שבע הערט יעצט וויא איהר הערר רעדאקטאר מיט אייערע ערהאבענע טאלענטפאלע שרייבער פרעדיגען צו ציוניסטען אז זיי זאלען געהן אין דיא וועגען וואס דער אלטער ר' אברהם אויף וועלכען דיא תורה זאגט "ויטע אשל בבאר־שבע", איז געגאנגען און דער זעלבער אשל וואס האט געהערט אברהם אבינו'ס שטימע, הערט יעצט דיא שטימע פון אייער צייטונג וועלכע ווערט געלעזען פון 2 אידען וואס געפינען זיך דארט. יא, צו אונזער בעדויערן זיינען דארט נור צווייא אידען. איינער איז דער זוהן פון געוויסען הרב הגדול ר' א. ל. נארדאן, דער וואס איז געווען כע־מיקער אין ראשון לציון קעלער. דער צווייטער איז א יונגער ארבייטער פון דעמזעלבען קעלער. נאך דעם וויא עס איז געווארן איין איבערקעהר־ניס אין דער פערוואלטונג ווען דיא קאלאניען זיי־נען ארויס פון דעם נדיב'ס הענד און זיינען אריין אין דיא הענד פון דער פיאווקע וואס מען רופט יק"א, וויא דיא קעלערן זיינען געווארן דער "עמק הבכא"
רעד וינדיגער רעדאקטאר
ענטפער צו א ציוניסט פון שיקאגא
אבוואהל דאס צווינגט מיר זיך צו פערענטפערן און צו ריידען עפעס וועגען מיין פערזאן און עס איז געגען מיינע פרינציפען צו בערויבען דעם מינ־דעסטען פלאטץ פון "המכבי" מיט פערזענליכע ערקלעהרונגען. איך וועל דארום ענטפערן דעם געעהרטען ציוניסט פון שיקאגא זא קורץ וויא מענ־ליך. פיר דיא יעניגע וואס זיינען בעקאנט מיט דער העברעאישען ליטעראטור וואלט איך גאר ניט בעדארפט קיין ערקלעהרונג, ווייל זיי געדענ־קען געווען מיינע העברעאישע ארטיקלען אין "המגיד" און "מגיד משנה" אין 1892—1891 וואס האבען אניטירט פיר ציון. מיין ערשטער
דאס פאלגענדע ענגלישע בריוועלע פון שיקאגא רעדט פאר זיך אלליין: "ווערטהער הערר רעדאקטאר פון "המכבי" ג. "זעליקאוויץ.—איך ווייס אז איהר וועט מיינע דאזיגע "ציילען ניט אריינשטעללען אין "המכבי", אבער "אלס ציוניסט טוה איך מיין פפליכט און פרעג "אייך מיט וואס פאר א רעכט מענט איהר זיין "דער רעדאקטאר פון א ציוניסטישען זשורנאל ווען "איהר אלליין זענט דאך ניט קיין ציוניסט. איך "האב רעספעקט פאר אייער פעדער, אבער קיין "ציוניסט זענט איהר ניט.—אכטונגספאלל, ה—ץ. איך האב פלאטין געגעבען צו דיעזען בריוועלע,