וואס בלייבט איבער דיא אידען צו טהוען? דאס הענגט אב פון דעם ווי אזוי זיי פיהלען זיך אונטער דיעזע אונבעקוועמליכקייטען.אויב זיי פיהלען זיך בערייט למשל אין דייטש־לאנד, בעהמען, פראנקרייך, א. ז. וו. צו ליידען, ליידען און ליידען, אזוי לאנג און אזוי ברייט ביז אלל דייטשען, בעהמען, פראנקרייך זענען וועלן אומגעענדערט ווערן און ווערן עהנליכער צו זייערע אידישע בירגער,—אויב דיא אידען קענען זיך בשום אופן ניט אפרייסען פון דיא כריסט־ליכע מיטבירגער פון זייער לאנד און זיינען גרייט צו ליידען טויזענדער יאהרען; אויב זיי זיינען בע־רייט זיך צו ענטזאגען פון יעדער ריכטיגער הילף, וועלכע שטעהט זיי פאר פאר די אויגען באלד; אויב זיי זיינען בערייט זיך צו ענטזאגען פון אלע ישועות וויבאלד עס ווערט נאר געפאדערט פון זיי אפצושיידען זיך פון זייערע ליעבהארציגע שכנים,—אויב דיא אידען האלטען ביי אזא מדרגה—דאן איז דיא אסימילאציאן קיין טרוימעריש לעבען; דאן איז זיי פעסט ווי אן אייזערנע מצבה. דאן איז אבער דאס אי־דישע פאלק ווירקליך געשטארבען — און אויף איממער. טאמער אבער דערשטעקט דער אסימילירטער איד אז אין איהם הויבט זיך אהן צו ריהרען א פרישער געפיהל, טאמער פאנגט ער אן צו מאכען חשבונות; טאמער הויבט ער אן צו רעכנען, ווי אזוי לוינט איהם בעסער צו זיינע שכנים, דיעזע אויסרעכנונג בנוגע צו זיינע שכנים, דיעזע אויסרעכנונג בעווייזענדען, אז דיא אידען צו זיינע שכנים וועלן פיינער ווערן.דאנן פאנגט ער אן צו פיהלען און צו בעגרייפען אז ער איז א זאהן פון איין אנדער נאציאן."ווער זשע איז דיעזע נאציאן?" פרעגט ער זיך ערשטוינט פון דער ערפינדונג וואס ער האט גע־מאכט אין דיא גאלדמיינען פון זיין אייגענעם הארץ."דאס איז דיין פאלק ישראל", ענטפערט איהם א צויבערשטימע!דאס דיעזע שטימע ווערט גערופען מיט'ן נאמען "ציוניזמוס".אונזער אינטעליגענץ האט זיך אלליין ניט גע־קענט. אונזערע אסימילירטע אינטעליגענטען הא־בען ניט פערשטאנען און ניט געוואוסט אז זיי טראגען ארום אין דיא פערשלאסענע חדרים פון זייער הארץ און פון זייער זעעלע א שטארקען אי־דישען נאציאנאלען געפיהל, וועלכע שלאפט דארט פונקט וויא א פערשלאפענע בת מלכה אין דעם צויבער פאלאץ.זיי האבען געמיינט אז וויבאלד זיי זעהן ניט דיעזען געפיהל און פיהלען איהם ניט איז א סימן אז ער איז אויך ניטא.נון אבער איז פאראנען אין דער נאטור פא־טענציאלע כחות, דאס הייסט אזוינע כחות וואס אצונד שלאפען זיי און שפעטער, אונטער געוויסע אומשטענדע, קענען זיי ארויסגעהן אין דער טהעטיגער וועלט.—איין אסימילירטער איד—איז א פאטענציעלער כח. עס מוזען זיין געוויסע אומשטענדע, אז דער אסימילירטער איד זאלל דערפיהלען דיא פערשלאפענע בת־מלכה אינ'ם בעצויבערטען פאלאטץ פון זיין אידישע נשמה. עס דארפען קומען געוויסע היסטארישע מקרים, אום דער איד זאלל זיין אים שטאנדע זיך אלליין צו פערשטעהן.און דאס קומט דורך דעם אנטי־סעמי־טיזמום. איך מיין ניט דאמיט צו זאגען אז דער אנטי־סעמיטיזמום באשאפט דעם אידען. איך זאג נאר אז דער אנטיסעמיטיזמוס שטעלט אונטער דעם אידען אין אזוינע פערהעלטניסע, אז דער בעקומט דיא געלעגנהייט זיך אלליין צו שטודירען.דער אנטיסעמיטיזמוס נויטיגט דעם אידען ער זאלל זיך מאכען זיין אייגענעם חשבון הנפש. ווי ווייט דער איד אסימילירט זיך, לאזט ער זיך אימער עפעס איבער: א "זכר ליהדות." אויב ער וויל אדער ער וויל ניט, אויב ער בעמערקט אדער בעמערקט עס אלליין ניט. ווי אזוי דיא מעשה איז, דיעזער "זכר ליהדות" איז גענוג אום דעם אידען אונטער צו שטעללען אין דער פאזיציאן פון איינער מינאריטעט.איינע מינאריטעט מוז איממער ליידען פון גרויסע אונבעקוועמליכקייטען, ווייל זיי פיהרען זעהר אפט ניט אויס וואס זיי ווילען און לעבען ווי אנדערע הייסען. דיעזע אונבעקוועמליכקייטען, וועלכע שטעהן אימער פאר דער מינאריטעט — דאס איז דיא ריכטיגע גרונדלאגע פון דעם זאגענאנטען אנטי־סעמיטיזמום.
The Maccabaean · Vol. II, No. 4 · April 1902
236printed page
scan 50 of 56
scan 50 of 56
Text · transcribed from the scan
