The Maccabaean · Vol. II, No. 3 · March 1902
172printed page
scan 40 of 56

(ג) דיא פארזיצענדע פון דיא שטענדיגע קאמיסיאנען.ביי דיא זיצונגען פון דעם יאהרעס־קאנפערענץ זאל געפיהרט ווערן א סטענאגראפישער פראטא־קאל, און פערעפענטליכט זאל דערפון ווערן בלויז דיא פערהאנדלונגען, פארשלעגע און בעשליסע וועלכע דער קאנפערענץ געפינט פאר נויטיג.דער שקל און רעכנונגס בעריכטס יאהר ענדיגט זיך וויא ביז יעצט דעם 30טען דזשון. דיא וויענער א. ק., דיא פארשטעהער פון דיא פערשיעדענע לאנדס געזעלשאפטען און דיסטריקטען, זאלען זייערע רעכנונגסבעריכטע איבערגעבען צו דעם יאהר רעסקאנפערענץ אזוי גוט וויא צום גרויסען א. ק. § 22. צו אונטערזוכען פריהער דיא מאנדאטען פון דיא געוועהלטע דעלעגאטען זאל איין שטענ־דיגער מאנדאטען קאמיטעע פון 5 מיטגליעדערן געוועהלט ווערן, וועלכע זאל זיך פערזאמלען איין וואך פארן ערעפנען דעם קאנגרעסס. ווען זיי ווערן פערהינדערט פון קומען קענען זיי שיקען שטעלפערטרעטער.

IV.

אקציאנס קאמיטע.

דער עקזעקוטיוו ארגאן פון קאנגרעסס איז דיא פון איהם ביז געכסטען קאנגרעסס ערוועהלטע און נור צו איהם פעראנטווארטליכע אקציאנס־קאמיטע. פינף אין דערזעלבער שטארט וואה־נענדע מיטגליעדער בילדען דיא קלענערע אקצי־קאמיטע. דיא וואהל פון דעם גרויסען א. ק. אל אויף דעם קאנגרעס פארגענומען ווערן נאך לאנדס ארגאניזאציאנען (פעדעריישאנס). דיא פאסיווע וואהלרעכט ווערט אין דער אקציאנסקא־מיטע געגעבען צו דיא וואס זיינען צייט דריי יאהר שקל צאהלער.

§ 23. דיא קלענערע א. ק. זאל לייטען דיא גע־שעפטען פון דער ציון בעוועגונג, איז אבער פער־פליכטעט מינדעסטענס איינמאל אין יאהר זיך צו בעראטהען מיט דיא גרויסע א. ק. וועגען וויכ־טיגע אנגעלעגענהייטען. דיא טאגעסארדונג פון דיא מיטונגען מוז פריהער בעקאנט געמאכט ווערן. דיא קליינע א. ק. מוז אויך פון צייט צו צייט בע־ריכטען צו דער גרויסער א. ק. וועגען איהר אר־גאניזאטארישע און אדמיניסטראטיווע טהעטיג־קייט. אויך דיא אויבערמענער פון לאנדס־ארגא־ניזאציאנען דארפען צושיקען בעריכטען איינמאל אין יאהר וועגען דעם צושטאנד פון דער ציוניסטי־

הונדערט מיטגליעדער קענען זיך פערבינדען מיט אנדערע אזעלכע און צוזאמען וועהלען איין דעלע־גאט פון יעדע הונדערט מיטגליעדער. § 14. דיא וואהל פון דעלעגאטען צום ציון קאנגרעסס מוז פארגעהען געהיים און דירעקט. דיא אנדערע וואהלבעשטימטונגען האט דיא לאנ־דעס־ארגאניזאציאן צו בעשטימען. זייא מוזען אבער זייערע בעשליסע וועגען דעם בעקאנט מא־כען וועגיגסטענס דריי מאנאטען פארן קאנגרעסס צום קליינעם א. ק. דער רעזולטאט פון דיא וואה־לען קען נור דורך דיא לאנדס־ארגאניזאציאן ער־קלעהרט ווערן. דיא לאנדס־ארגאניזאציאן איז פערפליכטעט צו געבען דיא געוועהלטע דעלעגא־טען א בעשטעטיגונג פון זייער וואהל. § 15. יעדער דעלעגאט האט אויף'ן קאנגרעס בלויז איין שטימטע. § 16. דיא דעלעגאטען קענען זייערע מאנדא־טען ניט איבערגעבען קיין אנדער פערזאן. § 17. יעדע לאנדעס קאמיטע זאל פיהרען א ליסטע פון איהרע שקל צאהלער, וועלכע זיא זאל צושיקען צוזאמען מיט דיא געמען פון דיא געוועהל־טע דעלעגאטען צום א. ק. וועגיגסטענס פיער וואך כען פאר יעדען קאנגרעסס. § 18. וועגיגסטענס דריי וואכען פארן קאנ־גרעסס זאל דיא טאגעסארדונג צוגעשיקט ווערן צו יעדער לאנדסקאמיטע. דיעזע טאגעסארדונג מוז פון דעם לאנדס־קאמיטע אין זייער לאנד־פאראכע (לויט וויא עס פארערט זיך) איבערזעכען צו דיא דעלעגאטען פון יענעם לאנד. § 19. דיא בעריכטע פון דיא שטענדיגע קאמי־סיאנען, וועלכע דארפען פארגעלעגט ווערן אויפ'ן קאנגרעסס, מוזען פארן קאנגרעסס אבגעדרוקט ווערן אין העברעאיש, דייטש, רוסיש, יודיש, פראנ־צויזיש און ענגליש, (לויט וויא עס פארערט זיך) און מוז צוגעשיקט ווערן דיא דעלעגאטען. § 20. יעדען יאהר מוזען דיא לאנדס־ארגאני־זאציאנען אבהאלטען א פעראיינס דעלעגאטען טאג, וועלכע דאס לאנדעס־קאמיטע זאל איינבערופען. § 21. אין דעם יאהר אין וועלכען דער גרויסער קאנגרעס ווערט אבגעהאלטען זאל איין יאהרעס־קאנפערענץ שטאטפינדען. אין דיעזען בעטהיילי־גען זיך : (א) דיא מיטגליעדער פון דעם גרויסען אקציאנס־קאמיטע און דער אויפזעהונגסראטה פון באנק. (ב) דיא דירעקטארען פון דער באנק.