The Maccabaean · Vol. II, No. 3 · March 1902
169printed page
scan 37 of 56

אין אים מים וואס צו עסען און קוקט איהם אין די אויגען מיט ליעבע און טיעפע סימפאטיע. נאך 2 קינדער זיינען צוגעקומען. ער ארבייט יעצט מעהר וויא פריהער, דען ער דארף מעהר האבען, ער איז שוין א טאטע פון 4 קינדער. נאך עפעס פיהלט ער א שטאך אין לינקען ווייט.... און פון טאג ווערט דער שטאך, דער וועהטאג אלץ גרעסער. דער דאקטאר פערבאט איהם צו ארבייטען..... אבער ער ארבייט אום זיין פרוי און קינדער זאללען ניט הונגערן. ער ארבייט ביז ער האט שוין מעהר קיינע קרעפ־ טען, ביז ער לעגט זיך אוועק אין בעט א קראנקער. אבער ער קען ניט איינשלאפען, דער געוויין פון די קינדער און זייער שרייען „ברויט“ לאזט איהם ניט שלאפען. ער געהט אין א פאר טאג ארום ארויס אין שאפ, אבער די קרעפטען ענטזאגען זיך. און ער קומט צוריק אהיים געבראכען אין קער־ פער און אין גייסט. און דאס אללעס טראכט ער איבער און דיעזע עראינערונגען קוועלען איהם און ער קען ניט שלא־ פען. ער מאכט צו די אויגען און דעקט זיך ארי־ בער איבער'ן קאפ ארום און ארום..... עס וויסעלט, מען רופט צו דער ארבייט. אמאל האט איהם דער וויסעל אויך גערופען צו דער ארבייט, און היינט קלינגט איהם די וויסעל אין די אויערן וויא א טרוימיגעס שלאף־ליעד..... „שלאף, שלאף און פערגעס דיינע צרות!“ ער האט געעפענט די אויגען און געזעהן אז דער בארדער איז שוין אוועק געגאנגען צו דער ארבייט, נאך פריהער איידער די וויסעל האט איהם גע־ רופען. — א בריה א יונג! ניט ווילענדיג האט ער אנגעהויבען טראכטען וועגען דעם יונגען ציוניסט, וועלכער איז אזוי גליק־ ליך אין זיין האפנונג, און ער דער ארימער וואנ־ דערמאן דענקט ביי זיך אין הארצען, אז ווען ער וואלט ניט געווען אזוי נידערגעשלאגען, וואלט ער אויך געווען א ציוניסט, און אויך געהאפט מיט אלע אידען צוגלייך. ביטער איז דעם ארימאן וואס האט פערלארען אפילו די האפנונג. י. ז. ווענדראווסקי. (איש ארגענטינא) נער, וועלכע זיינען שעהן און פערדרעהען אומזונסט א קאפ. ישראליק גיט א זיפץ און געהט צו צו די קינ־ דער, גלעט זיי איבער די מאגערע ביינדלאך פון זייערע געזיכטער און זיפצט. — איהר זייט נעבאך הונגעריג מיינע פייגעלאך, רייסט זיך ארויס פון זיין הערצען, און זיינע אויגען פאללען אויף דעם צובראכענעם טיש, וואו ער דערזעהט א שטיקעל ברויט. — דאס האט זי נעבאך פאר מיר איבערגע־ לאזט — זיפצט ער, און אין דעם ברויט דערקענט ער צייכענס פון קינדערישע ציינדעלאך. — אה — זיפצט ער — דאס האבען נעבאך די קינדער געביסען „בנגבה“ ווען די מוטטער האט ניט געזעהן.... און ער געהט שוין צו צום ברויט, און וויל שוין עסען.... — אבער האב איך דען דאס רעכט צו עסען דעם ברויט? — פרעגט ער זיך אלליין מיט טרע־ רען פוללע אויגען — איך בין א גזלן, א מערדער ווען איך עס זייער ברויט. פון אונטער די שמאטעס האט זיך געהערט א שווערער זיפץ, וועלכער האט אבגעקלונגען אין די אויערן, אזוי דאס קינד זאל זאגען: „יא פא־ טער! דוא בערויבסט אונז, דוא עסט אונזער ברויט!“ און ער רוקט אב דאס ברויט פון זיך. ער לעגט זיך נעבען זיינע קינדער, דארט אין ווינקעלע. ער קוקט אויף די אויגען וואו ער זעהט דעם שאטען פון זיין פרוי. און אין זיינע געדאנקען קומט פאר איהר גע־ זיכט פון אמאל..... ווען ער פלעגט זיך בעגעגען מיט איהר אין פארק..... איהר געזיכט איז געווען בלוט און מילך, די אויגען האבען געלויכטען מיט א פייער פון ליעבע, די קיפעלאך וויא א רויטע רויזען..... און ער? ער איז געווען געזונד און שעהן, האט געארבייט ביי קלאוקס, האט פערדיענט 15 דאללאר א וואך. ער האט איהר ענטדעקט זיין ליעבע און — זיי האבען געהייראטעט און זיינען געווען גליקליך..... די פרוי האט איהם 2 קינדער געשענקט און זייער גליק און זייער ליעבע זיינען פיעלפאך פער־ גרעסערט געווארען. ווען די שטימע פון דעם וויסעל דערהערט זיך, שפרינגט ער אויף פון זיין בעט און לויפט לוסטיג צו דער ארבייט.