The Maccabaean · Vol. II, No. 3 · March 1902
166printed page
scan 34 of 56
166
THE MACCABÆAN.
[March, 1902.]

איז ביז יעצט געשטאנען לעדיג וועט באלד ווערען פערנומען. דער בילל "צו פערדינגען" וועט פון פענסטער ארויסגענומען ווערן, און ישראל וועט גע־פינען זיין אייגענע טהיר פערשלאססען פאר איהם. מען דארף האבען יעצט, אבער ניט שפעטער. עט־וואס פון דיא מיליאנען וואס דיא יק"א צושיט אויף קלייניגקייטען.

ער האט ווייטער ציטירט די סטאטוטען פון דיא יק"א וויא א איז בעשאפען צו קריגען טשאר־ טערס, בויען האפענס, לעגען אייזענבאהנען, ציהען טעלעגראפען, גרינדען קאלאניען, און ז. וו. וואו זיינען זייערע האפענס? האט מר. זאנגווילל גע־ שריען, וואו זיינען דיא באהנען? דיא איבריקען? דיא טעלעגראפען? און דיא קאלאניען? פארוואס מאכט מען אזא גרויסע זאך צו קליין געלד?

פון די פעהיגקייטען פון די יק"א האט מר. זאננווילל אזא בילד געגעבטן: שטעלט אייך פאר אנטיסעמיטיזם איז געקומען אין ענגלאנד. די רעגיערונג בעשאפט אויסגאהמס געזעצע געגען די אידען, די ווייסע חברה ברעכען שויבען און ברע־נען שוהלען, ווייסט איהר וואס די יק"א וואלט אין אזא פאלל געטאהן? זי וואלט געעפענט נאך א סקול אין ווייטשעפעל, און וואלט געגרינדעט א קאלאניע פאר ניין אידישע פאמיליעס, ווייט פון א רעלוויי סטיישאן אזש אין מרחקים.

זאננוויל האט גערעדט פאר א צייט מעהר ווי אנדערהאלבען שטונדען. ער איז געווען מיעד און ערשעפפט פון צופיעל אנשטרענגונג, ער האט זיך געזעצט אונטער א שטורם פון בייפאלל, פון וועלכע ער האט אויסגעזעהן ווי אונצופריעדען צו זיין, עטוואס אונגעדולדיג, איין איבריגע זאך אהן וועלכער ער האט געקענט אויסקומען.

דר. גאסטער האט דאן אין א סך ליידיגע פרא־זען פערטהיידיגט די יק"א און געוואלט ווייזען דאס מר. זאננוויל רעדט ווייל ער איז וועניג בע־קאנט מיט דער זאך.

מר. זאננוויל האט איהם פונקט פאר פונקט געענטפערט. זיין גוטער הומאר איז געווען אין שטארקען וויעדערשפרוך צו דר. גאסטערס אויפ־גערענטקייט. ער האט געזאגט דאס ער בעשול־דינט ניט די יק"א פערזענליך, ער צווייפעלט ניט אז זיי מיינען גוט, ער זאגט אבער דאס זיי זיינען אונפעהיג. אויב גאסטער זאגט דאס ער—זאננוויל—רעדט דורך אונוויסענהייט, פארדערט ער איהם אויפצו־ווייזען וואו האט ער א פעהלער געמאכט דורך'ן ניט וויסען.

זאננווילל האט ציטירט דיא בעריכטע פון דיא יק"א, און געוויזען וויא דיא נאנצע זאך איז א קינדערשפיעל, וואו דיא קאמיטע אלליין האט ניט קיין אמונה אין דיא ארבייט וואס זי פערפאלגט, אז זיי האבען נאך אלעמען ניט איינגעלאדען דר. הערצל אויסהערן זייער פלאן, דאס איז איין עפענט־ליכער סקאנדאל.

ער איז דאן אריבערגעגאנגען צו די ארבייטען פון דער יק"א אין פאלעסטינא און ציטירט פון לעצטען בעריכט דאס זיי האבען פון דארטען ארויס־געשיקט 135 פאמיליען, וואס שטעללען צוזאמען 305 זעעלען, דאס זיינען אלע געווען ארבייטער, די בעסטע בעפעלקערונג אין א לאנד פון שנא־רער. אזא זאך איז איינפאכער פערראט צו אידישע פאלקס־אינטערעסען, דאס איז די זעלבע פאליטיק וואס די רוטענישע רעגיערונג פיהרט אן מיט איהרע אידען. אזא זאך האט מען גע־טאהן להכעיס דעם ציוניזם.

דיא גרעסטע ארבייט פון דיא יק"א—האט מר. זאננווילל ווייטער געזאגט—איז אין גרינדען סקולס, אבער דאס איז זיכער ניט געווען דער צוועק פון באראן הירש, זאנסט וואלט ער ניט געגרינדעט א בעזונדערע קאמפאניע, ער וואלט זיין געלד אב־געגעבען צו דיא אלליאנץ איזראעליט, וואס גיבט זיך אב מיט סקולס. דיא יק"א זיינען שלעכטע אידען און נאך ערגערע סערווירער מיט א פערמע־גען וואס מען האט זיי אנפערטרויט.

די דזשואיש קראניקעל האט געשריבען דאס פאר די יק"א איז ניט געזעצליך צו שפענדען געלד אין פאלעסטינא. מר. זאננוויל האט פאר־געלעזען די סטאטוטען פון די יק"א, און געצייגט דאס דער פאלל איז ניט אזוי, אויב אבער אז דאס איז וואהר, פאר וואס האבען די יק"א פריהער קליינע שטיצען געגעבען צו אייניגע קאלאניען? און פאר וואס האט זי די ראטהשילדס קאלאניען איבערנומען? אויב פאר די יק"א איז געזעצליך צו בעשאפען דארטען בעטלער, איז דאך אויך גע־זעצליך צו בעשאפען דארטען קאלאניסטען.

אנשטאט צו שיטען געלד אויף גאר נישט, זאלען זיי געבען פאר א גרויסער זאך. צדוק כהן, דער גראנד ראבי פון פראנקרייך, האט געזאגט דאס ווען דר. הערצל וועט קריגען דעם טשארטער און וועט מאכען דעם אידישען שטאאט, וועט קיין געלד ניט פעהלען. פאר וואס אבער ווארטען ביז דאן? מיר דארפען דאס געלד שוין. די אידען קענען לענגער ניט ווארטען. אונזער הויז וואס