The Maccabaean · Vol. II, No. 2 · February 1902
123printed page
scan 71 of 80
Facsimile · scan 71 of 80
Scan of p. 123
Text · transcribed from the scan

אן אונטערשיעד ביי דער פאלקסעהלונג, אבער אין דיעזע לענדער איז דיא אפיציעלע סטאטיסטיק זעהר אונפאלקאטען, און מיר קענען פון זיי ניט ערפאהרען אלעס וואס מיר דארפען וויסען איבער דיא אידען

דער דלות ביי אידען.

אום צו מאכען א סך־הכל פון אלעמען וואס איך האב נאכגעפארשט און אונטערזוכט, מוז איך זאגען, אז דאס אידישע פאלק אין אלגעמיין, איז דאס ארימסטע פאלק אין דער וועלט. איך מאך דיעזע בעהויפטונג מיט א פאזיטיווער איבערציי־ גונג. עס גיבט קיין פאלק אין דער וועלט וואס בעזיצט וועניגער פון אונז אדער זאגאר אזוי פיעל וויא מיר. אפילו דיא ווייטעסטע ווילדע פעל־ קער זיינען אהנע צווייפעל רייכער פון אונז. דיא עסקימאס האבען דאס רעכט, דאס פלאטץ און דאס מאטעריאל צו בויען זייערע שנעע הייזלעך וואו און ווען זייא ווילען, און קענען געהן אויף יע־ גען וואו זיי פאסט. זאגאר דער וואס דיענט צום פייער קען אנצינדען א פלאם און כאפען פיש וואו איהם געפעלט. דאס אידישע פאלק האט קיין רעכט צו לאזען זיין ענערגיע ארבייטען אום צו־ פריעדען צו שטעללען זיינע הויפט פיזישע בעדירפ־ ניסע. און וועהרענד דער איד איז עקאנאמיש אויף גרעסערע צרות וויא דיא ארימסטע ווילדע, האט ער אין דערזעלבער צייט צו בעפרידיגען אלע בעדירפניסע פון א ציוויליזירטען מענשען, צוזאמען מיט דיא נעטהיגע זאכען פיר א רעליגיעזע ניינונג וואס דער ניט־איד בעדארף ניט. דער וואס האט א מענשליכעס הארץ מוז שוידערן ווען ער בע־ טראכט דעם אידישען צושטאנד פון דיא צאהל אידען. אין ארימטען איבערהויפט, וואו דיא צאהל אידען איז אם גרעסטען, איז דער איד בוכשטעב־ ליך א מין וואנדערנדע חיה, אהן שום בעשעפטי־ גונג, און לעבען מוז ער דאך גלייך מיט אללע. אין לעצטען יאהרהונדערט האבען מיר בייגע־ וואהנט פערשיעדענע פערצווייפעלטע אנשטרענ־ גונגען אום צו פיהרען צו א פערבעססערונג. מיר האבען יעצט פיעלע אידישע בעלי־מלאכות, אבער דער ל ו פ ט מ ע נ ש געפינט זיך נאך אימער איבעראל. דיעזער לופטמענש איז דעריעניגער, וועלכער איז געזונד קערפערליך און גייסטיג, און דאך, ווען ער געפינט אבענד אין הויז א שטיקסל ברויט, בעטראכט ער עס אלס א וואונדער. ער לעגט זיך שלאפען פערצווייפעלט, שטעהט אויף

ריי. עס איז קיין צווייפעל, אז זאנאר אונטער דיא רייכסטע אונד ציוויליזירטעסטע נאציאנען זיינען נישטא פיעלע וואס האבען אזא בענריף איבער זיך אליין וויא איך וויל האבען איבער דיא אידען. עס איז אויך וואהר, אז אונטער נאציאנען וואס זייטצען אויף זייער באדען און קימערן זיך ניט ווע־נען אזעלכע זאכען, איז פיעל לייכטער דאס אלעס צו ערפאהרען וויא מיר וואס ווילען ערשט ערריכ־טען א נאציאנאלע געביידע. אבער אלטע געביי־דען כל־זמן זיי שטעהן שוין, וועלען זיי אויך וויי־טער שטעהען אויב מען בעטראכט יא זייער פונ־דאמענט אדער ניט. אבער ווען איינער ווילל אויפבויען א נייעס הויז, מוז ער אונבעדיגנט בע־קאנט ווערען ניט נור מיט דעם באדען, זאנדערן אויך מיט דעם מאטעריאל. אום דיעזע פארדע־נונג צו בעפריעדיגען איז כמעט קיין זאך געטהון געווארען.

ניעמאנדען קען מען אבער דערפאר מאכען א פארוואורף. זאנאר אין אזעלכע מדינות וואו געלד פעהלט ניט, האט מען אויך ניט געקענט דורכ־פיהרען אזא אויפגאבע. אונז איז גאנץ אונמעג־ליך דאס צו טהאן. מיר מוזען זיך בלויז פערלא־זען דארויף וואס קומט אונז צו דער האנד פון פערשיעדענע קוועללען. מיר קענען עס גאר ניט ערווארטען, אז אונזערע אידישע מיליאנערען זאלען ספענדען אזוי פיעל געלד פיר אזא אונטערזוכונג. דיא בעסטע פון זיי, אין וועלכע אידישעס בלוט איז נאך ווארם, אינטערעסירען זיך מיט אידישער געשיכטע, און אללעס וואס זיי טהוען איז צו ער־ריכטען מוזעאומס פיר אידישע אלטערטהימליכ־קייטען און קונסט, אבער זייער אינטערעסע געהט ניט אזוי ווייט אום צו וועלען ערפאהרען אללעס איבער דעם געגענווערטיגען לעבען פון דעם אידען. פון דעסטוועגען, וויא שווער דאס איז, וועט דער ציוניזמוס זיך ניט אבערשעקען צו אונטערנעהמען דיעזע ארבייט. אן אנפאנג איז שוין געמאכט געווארען אין דייטשלאנד און מיר קענען זיך דערצו בעדיענען מיט דיא אללגעמיינע סטאטיסטיקס. ענגלאנד, פראנקרייך, נארד אמעריקא, איטאליען, בעלגיען, האלאנד אונד דיא סקאנדינאווישע לענ־דער, וויא אויך שווייץ, בעזיטצען אויסגעצייכענטע סטאטיסטיקס; אבער אזוי וויא זיי מאכען קיין אונטערשיעד צווישען אידישע בירגער אונד דיא אנדערע בעפעלקערונג, קענען זיי ניט נוטצען צו אונזער צוועק. אין עסטרייך־אונגארן, רומעניען, און איבערהויפט אין רוסלאנד, ווערט יא געמאכט