דיא איינציגע רפואה איז : אן אייגענער בא' דען אונטער דיא פיס פון דעם אידישען פאלק. אלעס וואס מיר קענען דורכפיהרען איידער מיר עררייכען דיעזען ציעל, מוז אימער בעטראכטעם ווערען אלס אונפאקלאמענע ארבייט. ווייל אום דער בוים זאל בליהען און טראנען פריכטע, מוזען זיינע וואורצלען האבען א פעסטען באדען וואו זיך אויסצוברייטען.
דאס אידישע פאלק געפינט זיך אין אן ארימען בעטלער צושטאנד, און מוז אונבעדינגט ווייטער אזוי בלייבען, ערשטענס, ווייל עס בעשעפטיגט זיך מיט אזעלכע זאכען וואס בריינגען קיין פראפיט, און צווייטענס, ווייל עס פראקטיצירט אן אנארכיסטישע עקאנאמיע, אנשטאט א נאציאנאלע עקאנאמיע, און ווייל יעדער איד פערשווענדעט זיין ענערגיע צו קאנקוריען מיט זיין אידישען שכן; דריטענס, ווייל אללעס וואס ער טהוט און ווענדעט אן אום זיך ארויף צו ארבייטען, איז ארויסגעווארפענע מיה וואס בריינגט קיין נוטצען. ווען דיא אורזאכען פון אלע צרות וועלען נאר דערקענט ווערן, וועט שוין אויך ניט זיין שווער זיי צו פערקלענערן. דער איד בעשעפטיגט זיך מיט זאכען וואס בריינגען קיין פראפיט. ער עפענט געשעפטען אהן וואארע אין פלעטצער וואו עס זיינען נישטא קיין קונים. ער וויל זיין אן אגענט וואו עס איז קיין מסחר נישטא און דער פאר האט ער ניט מיט וואס צו האנדלען. דיעזע אידישע סוחרים און אגענטען מוז מען צוציעהען צו מלאכות. "דאס איז אונפראקטיש! דאס איז אוממעגליך!" שרייען פיעלע. פון דעסטוועגען זעהן מיר, אז יעדען טאג וואנדערן אויס הונדערטער תלמודיסטען, פערארעמטע סוחרים'לעך און גלאט לערנינגעהר, וואס האבען קיין מאל ניט געארבייט — זיי וואנדערן אויס נאך נויארק און לאנדאן, וואו זיי ווערען אין עטליכע וואכען, ניין אין עטליכע טעג, שניידערס אדער שוסטערס. וואס זיי לערנען אין ניו יארק און לאנדאן, קענען זיי גראדע אזוי גוט אווסלערנען אין לאדזש און ביאליסטאק. און דער שוסטער און שניידער שטעהן עקאנאמיש פיעל העכער וויא דער סוחר אהן וואארע און אהן קונים.
ארבייטען פיר זיך אלליין.
מען זאגט: עס איז שוין דא צו פיעלע אידישע ארבייטער אין אריענט און זיי שטארבען פון הונ-גער. אמת, דערביי איז אבער דא א געוויסע
"אידישען טורנער צייטונג", זיינען שוין יעצט פא- ראנען דרייצעהן נאציאנאלע גימנאסטישע פעראיי- נען. מיר מוזען שטרעבען, אז יעדער ציוניסטישער פעראיין, זאל אויך האבען א גימנאסטישע אב- טהיילונג.
אבער דאס אללעס איז נאך גאר ניט אין פער' גלייך צו דיא ארבייטען וואס מיר דארפען דורכ' פיהרען איבער דער גרויסע מאסע אידען. דיא מאסע האט ניט קיין צייט און ניט קיין מעגליכ' קייט פיר גימנאסטיק און ספארטס. ווען מיר געבען זיי אפילו עפעס א מעדיצינישע עצה, דארף דאס גאר ניט קאסטען. און נאך פיעל נאכדענ' קען בין איך געקומען צו דער איבערצייגונג, אז עס זיינען נאר דא צוויי זאכען וואס קענען דורכגע' פיהרט ווערען אהן הוצאות. דאס אידישע פאלק מוז אויפהערען צו פריה צו הייראטהען און שיקען קינדער אין דיא שולען אדער חדרים ווען זיי זיינען נאך צו יונג. ווען עס זאל אונז געלינגען צו בע' ווענען אונזערע אריענטאלישע ברידער צו היירא' טהען מיט 8 יאהר שפעטער וויא ביי זיי איז דער מנהג, וואלטען מיר געטהאן א גרויסע טובה דער ראסע. גראדע אזוי שעדליך וויא דאס, איז דאס שיקען פון אינגלעך אין דיא חדרים אין זייער פרי' העסטע יוגענד. דאס שיקען פון צו יונגע קינדער אין דיא חדרים איז א פערברעכען זאגאר דאן, ווען דער חדר איז שוין אפילו א געזונדע און לופ' טיגע אנשטאלט. צו פריה בעזוכען א חדר פער' הינדערט דיא פיזישע ענטוויקלונג און פלאנצט איין קראנקהייטען און דיא קינדער, וועלכע רופען זיך אב געוויס אין דיא עלטערע יאהרען. א קינד פאר 6 יאהר טאר אין קיין חדר ניט געהן, און ווען ער געהט שוין, דאן דארף ער דארט מעהר ניט פער' בלייבען וויא 5 שטונדען. דאס אידישע קינד וועט דאדורך גאר ניט פערליערען; אין געגענטהייל, ער וועט נאך פערדיענען, דען אין א געזונדען קערפער איז אויך א געזונטער גייסט, וואס קען לייכטער לערנען און בעגרייפען.
אונזער עקאנאמישע לאגע.
איך בין יעצט ביים שלום פון מיין ראטה איבער דער פיזישער פערבעסערונג פון דעם אידישען פאלק, און איך וועל מיך ווענדען צו דער וויכטי' גערע פראגע: דיא עקאנאמישע פערבעסערונג. מען קען דעם אידישען פאלק ניט העלפען, כל'זמן דער איד ווערט פערפאלגט, געהאטט און פער' אכטעט.
