The Maccabaean · Vol. II, No. 2 · February 1902
110printed page
scan 58 of 80
110
THE MACCABÆAN.
[February, 1902.]

ווי זיינען נאך ניט לאנג געגרינדעט, און עס איז דא א וויש אומרים אז זיי זיינען פון דעם סארט פעראיינען וועלכע עקזיסטירען נור אין דער פאנד טאזיע פון דיא וואס זוכען צו שיטען זאמד אין דיא אויגען פון זייער געגען פארטהיי. מען קאן וועגען זיי ניט זאגען ניט גוט און ניט שלעכט, אויסער רעקארדען דעם פאקט אז דיא אחיות ציון האבען שוין געהאט א באל, און דאדורך זיינען זיי ווערט דערמאנהט צו ווערען.

יעצט וועלען מיר איבערגעהן צו דיא מענער'שע פעראיינען און בעטראכטען וואס עס טהוט זיך ביי זיי. איך וועל דא באלד בעמערקען אז דיא בעסטע פון דיא מענער פעראיינען ווערט פערדונקעלט, ווען מען זאל עס פערגלייכען מיט אירגענד וועלכע ליידיס סאסייעטי. דיא לעצטע האבען פיעלייכט ניט פיעל גוטעס אויפגעטהאן פיר'ן ציוניזמוס, אבער אמוועניגסטען איז דער נאמען ציון ניט געווארען געשענדעט דורך זיי, אבער דיא מענער סאסייעטים זיינען אללע, אהן אויסנאהמע, שולדיג אין חלול השם. איך בין מודה אז עס איז ניט קיין שעהנע אויפגאבע צו שפיעלען דיא ראללע פון דעם שטן אין איבער און זוכען נור חסרונות אין צווייטען, אבער ליידער האב איך געפונען גאנץ וועניג גוטעס אין זיי, און ווען איך זאל זיי אפילו דן זיין לכף זכות קאן איך זיי אויך ניט ריהמען.

רגל מחנה יהודה.

דיעזער פעראיין איז אהנע צוויפעל דער שעהנ־סטער און וויכטיגסטער אין נויארק, ער בעשטעהט אייגענטליך נור פון א פופצעהן אינגלאך, נור זייער גרויסקייט בעשטעהט אין דעם דעלעגאט וועלכער פערטרעט זיי ביי יעדער קאנפערענץ פון ציוניס־טישע פעראיינען. דיעזער בעריהמטער דעלעגאט בעלאנגט ניט צו קיין ציוניסטישען פעראיין, און אזוי וויא ער וויל דאך זיין אנוועזענד ביי יעדער קאנפערענץ, האט ער געפועלט ביי א מלמד ער זאל א נאמען געבען זיין חדר „רגל מחנה יהודה“ און איהם ערוועהלען אלס דעלעגאט. נור אזוי וויא דער מלמד געהט יעצט ארום אהן א קנעלונג און א סברה אז דיא „רגל מחנה יהודה“ האט פארלויפיג אויפגעהערט צו עקזיסטירען.

"חובבי ציון"

דיעזע חברה איז דיא ערשטע און עלטעסטע ציוניסטישע פעראיין אין אמעריקא, אבער אויף איר פאסט זיך דער מאמר חז"ל "זיינע עמי הארץ

פראמינענטע פרויען אין דער בעוועגונג. איך בין נים זעהר שטארק בעקאנט מיט יענעם פעראיין, נאר דאס ווייס איך אז זיי פיהרען זיך אויף א העכסט אריסטאקראטישען אופן. דורך דיא זומער מאנאטען נעהמט ביי זיי דער ציוניזמוס א וואד קאנציע. זיי בעטראכטען אפילו א אידעע אלס געגענשטאנד וועלכער מוז צו געוויסע צייטען זיך אפרוהען. אבער לויט וויא איך פערשטעה, "אר-בייט זיך דער ציוניזמוס ביי זיי נים איבער אפילו אם ווינטער. זיי פערזאמלען זיך איין מאל אין צוויי וואכען אין א גרויסען, ליכטיגען שעהן דעקא-רירטען האלל. און דארטען ווערט פיר זיי געוועהנד-ליך אבער א דרשה, און זיי צוגעהן זיך יעדע אהיים, אהנע זיך פיעל צו בעקימערן וועגען דעם ציוניזמוס אין נויארק. איין זאך ווייסען זיי יא, נעמליך אז דיא דאון-טאונער ציוניסטען זיינען א געפערליכע באנדע און עס איז פרסינן בעד זיי אין בעריהרונג צו קומען. זייער פעראיין בעד שטעהט פון פופציג ביז זעכציג מעמבערס, און א גוט בעזוכטער מיטינג האט ביי זיי אמאל געהיי-סען ווען עס זיינען געווען פופצעהן מיידלאך אנד וועזענד.

בנות ציון.

דיעזע בנות ציון איז נים דיעזעלבע וועמעס גייסט עס ערשיינט ביי יעדע קאנווענשאן. דער פעראיין עקזיסטירט טאקי באמת, און איז אויסגאהמע מיט דעם וואס ער האט זיך אנגעפאנגען גאנץ קליין, און האט געהאט א זעהר שווערען קאמפף ביז ער האט עררייכט זיין יעצטיגען צושטאנד. ער איז געוואקסען גאנץ לאנגזאם אבער זיכער, און הייטע שטעהט דיעזער פעראיין, נאך איין עקזיס־ טענץ פון א יאהר, מיט פופציג מעמבערס. זייערע מיטינגען ווערען שעהן בעזוכט און איינע א מיס קאפלאן קומט צו זיי יעדען מאנטאג זיי צו אונד־ טערריכטען אין דיא ביבעל און אידישע היסטא־ ריע. אויך איז דיעזער פעראיין איין אויסגאהמע מיט דעם וואס עס געפינען זיך אפאר מעמבערס, וועלכע קאנען גוט העברעאיש. נאטירליך, וואס עס אנבעלאנגט צו באלס זיינען זיי נים הינטערשטעד־ ליג פון דיא אנדערע פעראיינען, אבער דיא פאר דאללאר וואס זיי שפארען אינוועסטען זיי אין שערס.

"אחיות ציון", "בנות ירושלים", "בתולות ציון", און "עלמות תפארת ציון", דיעזע פיער פעראיינען קאן מען זיי אייגענטליך אויסרעדען בנשימה אחת.