וואס ציוניזם האט שוין געטהון
נראדע יעצט ווען אידען דריקט מען, ווען פון רויטמעניען יאגט מען, ווען אין דייטשלאנד פערפאכנטמען, ווען אין פראנקרייך פערהאסט מען און וועןאין פיעלע אנדערע לענדער, ציוויליזירטע לענדער,העצט מען אויף נעגען אידען דעם עוויגען האסגעגען עוויגען פאלק, נראדע אין דיעזער צייט האטזיך אויפגעלעבט דער אידישער נאציאנאלער גייסט.דיא האפנונג וועלכע ער האט צוויי טויזענד יאהראויסגעדריקט אין הייסען געבעט צום סדור זוכט עריעצט צו פערווירקליכען.
דיא נאציאנאלע אידעע האט, וויא איין עלעקטטרישער שטראם וואס דרינגט דורך דיא גאנצע ערדקוגעל אין איין סעקונדע, דורכגענומען אללע אידישע הערצער, אין אללע ערטער וואו זיי זיינען פערשפרייט. דיא אידעע האט געמאכט איהר אייגענע פראפאגאנדא, מיט וועניג הילפע פון אנדערע. דאס אידישע הארץ האט אויפגערעכט וואכט, דער שטאלץ, דער זעלבסטבעוואוסטזיין פון אידישען פאלק האט וויעדער אויפגעלעבט.
זאגאר דיא וואס גלויבען ניט אין ציוניזם מוזען בעוואונדערן דיא גוטעס וואס דער ציוניזם האט געבראכט און וויא דיא אידעע האט געהאלפען צו ערוועקען דאס פינטעלע איד. ווער האט עס נער קענט פאראויסזעהן מיט יאהרען צוריק, אז דא אין אמעריקא, אין דעם לאנד וואו דער דאללאר שטעהט העכער פון אללעם, וועלען אידען זיך בער גייסטערן פיר ציון?
אויב דיא אידעע פון ציוניזם האט ניט מעהר געקענט אויפטהון, וויא צוזאמען ברענגען אידען פון פערשיעדענע לענדער, אידען פון פערשיעדענע שטאנדען, אידען פון פערשיעדענע בענדיפע אין לעבען און אין רעליגיאן אונטער איין אידעע, דיא אידעע פון פערברידערונג פון גאנצען אידישען פאלק, האט שוין דער ציוניזם פערדיענט אז טען זאל איהם אונטערשטיצען. דאס אליין קען טען שוין רופען משיח'ס צייטען.
חנן י. מיניקעס.
עס איז א מערקווירדיגע זאך אין דער אידישער היסטאריע אז דיא האפנונג פון דער נאציאן איז אימער נעקומען ווען דיא צרות זיינען שוין געווען כמים עד נפש. ווען צרות און אונגליקען, פער־פאלגנונגען און אונטערדריקונגען האבען דעם אידען אנגעהויבען וויעדער צו טרוימען פון זיין צוריקלער בונג, פון זיין וויעדער ווערען אונאבהענגיג אין דער לאנד פון זיינע עלטערן.
קיין ערגערע צייט וויא יענע האבען דיא אידען ניט געהאט אין דער גאנצער צייט פון זייער בלור-טיגען גלות. מען האט זיי פערפאלגט, געיאגט פון איין לאנד צום צווייטען, זיי געפייניגט, גער-ברענגט לעבעדיגערהייט, אבער דאס זיינען געווען פינסטערע צייטען, דיא צייטען פון מיטעלאלטער. אללע האבען דיא אויסגעקוקט אויף דיא קומענדע יאהרהונדערטע, אז זיי וועלען בריינגען הילפע און ערכעזונג פאר דיא ליידענדע און אונטערדריקטע מענשהייט.
קיין זאך איז ניט אזוי שלעכט וויא דיא ענטוישונג, וויא דער אבנארען זיך אין האפנונג. זאלאנג א מענש האט האפנונג קען ער אריבער טראגען דיא גרעסטע צרות, דיא האפנונג ניט איהם מוטה אללעם געדולדיג אריבער צו טראגען, קוים אבער זעהט ער אז ער האט מעהר קיין האפנונג אזוי פערליערט ער זיך.
דאס אידישע פאלק האט געהאט א געוואלדיגע ענטוישונג. דיא האפנונג אז דיא ציוויליזאציאן וועט פערבעססערן זיין לאגע איז געווארען צו גאר נישט פון אלע שעהנע חלומות איז געווארען א געכטיגער טאג.
דאס אידישע פאלק האט זיך א וויילע געפיהלט פערלאָרען.
אבער אין דיעזע פינסטערע פערצווייפלונג איז פלוצלינג ערשיענען א ליכטיגער שטראהל פון האפ נונג. אין מזרח האט זיך בעוויזען א ליכט און אנר געקינדיגט אז עס וועט באלד אָנהויבען טאגען.