נעווען אויף א ברית אונד דערנאך אויף א חתונה. דארט האט מען מיר ניט ארויסגענומען מיט א פראפענציהער, זאנדערן מיט דיא ציין. דער וואס האט געטהיילט בראנפען דעם עולם האט מיר געדאלט איינגעביסען אין מויל אונד האט געסארד ווערט.
מיט א וואך שפעטער האט מען מיט מיר פער- שטאפט א פלעשיל מיט רפואות פאר א קראנקע בייבי. עס איז מיר געווען אזוי אומעטיג! איך האב שיער ניט געפלאטצט ווען דאס בייבי איז געשטארבען. מען האט אזוי געוויינט!
איין אלטער מאן האט מיט מיר פערשטאפטא פלעשיל עסיג ונד האט מיר געפירט נאךאמעריקא. 15 טעג צווישען היממעל אונד וואסער.איך בין אין נויארק דורכגעגאנגען דורך אזויפיעל הענד, אונד גענעכטיגט ווער ווייסט וויפיעלנעכט אונטער איין עקספרעס־וואגען.
יעצט בין איך געווארען א אידישע קארקע אין א גרויסען געשעפט פון כרמל - וויין אויף גרענד קאניאק, נויארק, בין איך פערשטעקט אין א פלאש קאניאק, און עפעס פיהל איך זיך אז איך נעהם אנטהייל אין דיא נאבעלע ארבייט פון דיא אידען אהן א לאנד וועלכע וועלכען צוריק קריגען זייער אלטע היים דורך מאכען א מארקעט פיר די פרא- דוקטען פון דאס הייליגע לאנד.
אבער, וואס וועט פון מיר ווערען דערנאך?... איך בין נאך אזוי יונג, און איך האב שוין אזוי פיעל דורכגעמאכט.
סמבטיון...
א מאן האט מיר אויפגעהויבען אונד האט מיט מיר פערשטאפט א טינטער.
דרייא חדשים האט דיזער מיט מיר ארומד גערייזט אין דייטשלאנד, אין איטאליען אונד אין דער שווייץ. יעדעס מאל ווען ער פלעגט זיך זעד צען שרייבען, פלעגט ער מיר ארויסגעהמען אונד איך פלעגט צוקוקען וויא ער שרייבט דיא קורצע שורות. ער פלעגט שרייבען אונד מעקען אונד וויד דער שרייבען. א סך טראכטען.
ווען דער טינטער איז לעדיג געבליבען האט ערמיר געלאזט שטעהען אין איין ארימען צימטער.א יונגער מאנן האט מיר ארויסגענומען, אונדהאט מיר צוגעפאסט צו א פלעשעלע גיפט... איךגעדענק וויא איין אבענד האט ער פיעל געוויינט.האט מיר ארויסגענומען פון פלעשיל מיט אציטטערענדע האנד. אונד האט געטרונקען פוןפלעשיל, ער האט זיך געמאטטערט, געמאטטערטביז ער איז געשטארבען...
איך בין געלעגען אן א זייט א חודש, ביז עס איזגעקומען א רייזענדער, האט מיר אריינגעשטעקטאין א פלעשיל בראנפען אונד האט מיר געפיהרטנאך רוסלאנד.
דארט בי איך אנגעקומטען אין א שיינק, אונד זאגן אויך א בית עולם: ניט ווייט פון א קבר האבען דיא חברה קדישא מיר ארויסגענומען פון פלאש אונד האבען געטרונקען "לחיים" צום ברייטיגן...
זייא האבען מיר אבער ניט איבערגעלאזען אויף'ן "ריינעם ארט", דענן זייא האבען מיר צוריק געדאכט, אונד מיט דריי טעג שפעטער בין איך
דעם דיכטער'ס מן־המצר.
דער שטורם העלפט מיר בלאזען תקיעות ער האט א שופר נאר א פראכט — און הערען ממש איז א חיות זיין בלאזען אין איין אסיען־נארט; מיר זינגט דיא זון מכלכל־חיים, הושענות שלאגט דער ווינד ביי'ס טייך... און מיט א ניגון נאר א נייעם וויל איך דיא ליעדער זינגען אייך. מיין הערץ איז אבער וויא אין רינגען געפאסט, און וויינען ציהט עס מיך; מיט וואס איך הויב ניט אן צו זינגען מיט "מן־המצר" ענדיג איך...
ש. פרוג.