The Maccabaean · Vol. II, No. 2 · February 1902
101printed page
scan 49 of 80
Facsimile · scan 49 of 80
Scan of p. 101
Text · transcribed from the scan

ז' כ' קאמאיקא ווארט אויף הילף.

מיר בעדויערן מיטצוטהיילען אין ציוניסטישע קרייזען אז דער יונגער און טאלאנטפאללער ציו־ניסטישער אניטאטאר הערר ז' ב' קאמאיקא איז געפאלען א קרבן צו דער אונערבארמליכען שווינד־זוכט, און ער געפינט זיך יעטצט אין א קריטישער לאגע אין ברענטש האספיטאל פון סינסינאטי, א'. דיא ערצטע זאגען אז מען קען נאך רעטטען דעם יונגען מאן ווען מען זאל איהם שיקען אין דיא לענדער, וואו דיא שווינדזוכט פערלירט איהר שווארצע מאכט. דיא ציוניסטען אין אמעריקא מוזען עפעס טהאן פיר דיזען אונגליקליכען יונגען מאן וואס האט פיעלעס געטהאן פיר דיא ציון בע־וועגונג, און איז כמעט געפאללען אין שלאכט פיר דיא נאבעלע אידעע.

סעקרעטער מארריסאן ווערט באעהרט.

דער אדוואקאט איז דאר ד. מארריסאן סעקרעטער פון דיא „פעדעריישען און אמעריקען זאל-ניסטס“ איז אנגעשטעלט געווארען פון דיא ריכ-טער און סופרים קאורט און נויארק אויף דער ליסטע פון רעפערריס און רעסיווערס — א זעהר עהרענהאפטע אטט מיט פראמינענטע פעראנט-ווארטליכקייט.דער „המכבי“ גראטולירט אונזער אינערמידלי-כען ציוניסט הערר מארריסאן פיר דיא אנערקע-נונג וואס ער האט פערדינט פון דיא ריכטער פון סופרים קאורט.

רע", „המכבי" צו זיינע מיט' ארבייטער.

דיא ווערטהע מיטארבייטער וועלכע האבען צו געשיקט צום „המכבי“ ארטיקלען, סקיצען און פאד עמעס, זאלען אונז ענטשולדיגען וואס מיר האבען נאך ביז יעטצט ניט פערעפענטליכט זייערע גייס' טיגע פראדוקציאנען, דער יעטצטיגער רעדאקטאר פון דיא אידישע אבטהיילינג האט געפונען אלעס אין גרויסע אונארדנונג, ווייל ביז יעטצט איז דיזע אבטהיילונג ניט געלעגען אין דיא ריכטיגע הענד. דיא ביז יעטצט צו געשיקטע ארטיקלען האבען געדרעהט מעלט אין דעסקס אדער זיינען געלעגען פערגעסען אין פאקעטס. מען האט אונז צו שפעט איבערגע געבען דיזע „פערלענענע“ שטאף צווישען וועלכע עס געפינען זיך אמת ליטערארישע זאכען און אייסערהאפטע גוטער ארטיקלען. אין יעטצטיגען נומער „המכבי“ וויא אויך אין דיא ווייטערע נומערן, וועלען מיר געבען פלאטץ פיר אללעס וואס איז ווערטה געדרוקט צו ווערען אין אונזער מאנאטליכען זשורנאל.

דער המכבי צו זיינע לעזער.

מיר מאכען אויפמערקזאם אונזערע ווערטהע אבאנענטען און לעזער אז פון יעטצט אן וועט דער המכבי ניט אנגעהויבן קיין סובסקריפשען געלד ווייניגער וויא פיר א יאהר, און דיזע סוממע מוז פאראויס בעצאהלט ווערען. מיר וועלען מעהר ניט שיקען אונזער זשורנאל צו גלאט אדרעסען וואס ניט לעבען פון נסים. ווייל דער המכבי קען ניט לעבען פון נסים. יעדער נומער קאסט אונז גר טעס געלד — און מיר האבען א רעכט צו פער־ לאנגען אז דיא יעניגע וועלכע זיינען פריינדע פון המכבי און אונזער נאבעלע בעוועגונג, זאלען בעצאהלען וועניגסטענס פיר דיא ליטערארישע ארבייט וואס מיר שיקען זיי אריין אין הויז.

ציוניסטען, אויפמערקזאם!

דיא לעצטע צייט האבען מיר פיעלע ראפפעלטיקעטס ערהאלטען, דורך פאסט, פון פערשיעדענע ציוניסטישע סאסייעטיס, וועלכע רעפלען שערס אן דיא נאציאנאל באנק. דיזע אללע סאסייעטיס מוזען נעמען אין אכט, דאס לויט סעקשען 331 פאסטאל לאוס און רעגוליישענס

Postal Laws and Regulations, 1893, No. 331

איז ניט ערלויבט צו שיקען אזעלכע טיקעטס דורךפאסט. דיא וואס דענקען אז אנקעל סעס'סמשרתים מאכען זיך ניט וויסענדיג וואס מען שיקטביי מאייל, זיינען אין אירטהום. מי לנו גדולמ"הליידעס האום דזורנאל" דיא גאזעטטע אויס'גאבע פון דיזען דזורנאל איז פערהאלטען געוואררען אין פאסט-אפפיס, ווייל דארט איז געווען אןאפפער פון דיא "פובלישערס", וועלכער האט גע'קלונגען וויא א סארט ראפפעל ביזנעס. דיא פוב'לישערס האבען געמוזט דיזע אללע קאפיעס צוריק געהמען און אנדערע לעזע שטאף אנשטאטדעם אפפער אריינשטעללען. דיא ציוניסטען מוזעןעס מערקען און מעהר אזעלכע טיקעטס ניט צושיקען פער פאסט. ושלום על ישראל ועל הציונים.

.י' כהנאוויץ,

גרינסבורג, פא.