The Maccabaean · Vol. II, No. 1 · January 1902
52scan
of 52

המכבי

א מאנאמליכער זשורנאל

נעווידמעט פיר ציוניסטישע וויסענשאפט און אידיש-נאציאנאלע ליטעראטור

1 נומער

יאנואר, 1902 מבת

פעלקער נעמען אויך אנטהייל אן דער ניינעבורט פון אידישען פאלק.

אבער פונקט וויא א פאלק בעדארף האבען פיהרער, זא מוזען אויך דיא פיהרער האבען דיא אונטערשטיצונג פון פאלק. אז מיר ווילען האבען דאס אונזער גרויסער פיהרער דר. הערצל, וועלכער ארבייט טאג אונד נאכט פיר זיינע ברידער, זאלל מצליח זיין מיט זיין שאפען, איז עס אונזער פפליכט אללעס צו טאהן אונד איהם צו אונטערשטיצען. דאס לעערע ווארט "ציוניסט" האט קיינע בעדייטונג אהנע ארבייט. זיך רופען א ציוניסט הייסט ניט נאר דענקען אונד רעדען ציוניסטיש, זאנדערן אויך ארבייטען ציוניסטיש. אין יעדער שטארט, אין יעדען דארף, אין יעדען ווינקעל וואו עס געפינען זיך אידען מוז געגרינדעט ווערען ציוניסטישע סאסיעטיס. וואו יעמאנד ווייס פון אידען וועלכע האבען ניט בעצאהלט זייערע שקלים אדער האבען קיינע שערס פון דער אידישער באנק, איז עס א הייליגע פפליכט זאלכע אידען דיא וויכטיגקייט פון ציוניזמוס אויפצוקלערען אונד זייא אריינבריינגען אין אונזער מיטטע.

* * *דיא שונאים פון ציוניזמוס בעהויפטען שטענדיג דאס אידען קענען ניט צוזאמען לעבען בשלום אונד באהדות. "וואו עס זיינען אידען", זאגען זייא, "דארט מוז זיין מחלוקת. וויא קען א איד לעבען אהן מחלוקת?" מאנכעס מאהל זיינען זיי נע-רעכט אונד יעדער ציוניסט דארף זעהן עס זאללען ניט פארקומען קיין מחלוקת. עס איז א גרויסער אונטערשיעד פון א מחלוקה וועגען א פרינציפ און גלאט א מחלוקה. אזוי א גלאטע מחלוקה הערשט יעצט צווישען דיא ציוניסטען אין ענגלאנד. דארט איז דיא מחלוקה צווישען דיא ענגלישע אונד רוס-סישע ציוניסטען. דיא רוסישע ציוניסטען בע-

צווייטער יאהרנאנג

אינהאלטס-פערצייכניס.אונזער נאטיין-בוך........... בן יהיאלדר. נארדוי און דער ציוניזמוס...........א אידישער פראטעסט...........א קריסטליכער ציוניסט...........לציוניסטישער ציוניסט........... (שיר)............ מ. מ. דאליצקיציוניזמוס—יודענטהום........... לאלאקאףדער גייסטיגער ציוניזמוס........... נחום סאקאלאףדיא קאמערציעללע צוקונפט פון פאלעסטינא...........דער ציוניזמוס אין ניו יארק........... י. געדולדגעדאנקען פון א ציוניסט........... בן יהיאלדער תחית המתים פון דעם נארד-ווינט משה שיינדלינגציוניסטישע נייעס...........

אונזער נאטיצבוך.

וויעדער איז פאראיבערגעגאנגען א יאהר אונד מיר האבען געהאלטען נאך א קאנגרעסס. דיא רעפארטס פון באזעל זיינען נאך ניט אנגעקומען, אונד נעכסטען מאנאט וועלען מיר געבען א פולען בעריכט פון דעם קאנגרעסס. דער "המכבי" איז געווען פערטרעטען אפיציעל ביים קאנגרעסס אונד דער רעפארט וועט זיין פאלשטענדיג אונד ריכטיג.

דיא ציוניסטישע נייעס וועלכע מיר ברינגען אין דיעזער נומער צייגט דאס דער ציוניזמוס פער- שפרייט זיך איבעראל אונד דאס דיא גרעסטע מענער שפרעכען אויס זייער סימפאטהיע מיט אונ- זער בעוועגונג. אין דער געשיכטע פון פאלקס און פאליטישע בעוועגונגען זיינען פינף יאהר נור א קליינע צייט, אונד דיא פיהרער פון דעם ציוניזמוס קענען שטאלץ זיין אויף דעם פארטשריט וועלכער איז געמאכט געווארען אין דער קורצער צייט. עס איז ניט נאר אויפגעוועקט געווארען א פאלק וועל- כעס איז געשלאפען יאהרהונדערטע, נור אנדערע