זאנדערס דארף מען צוזעהן דאס דער נייער דורזאלל אויפוואקסען ניט נאר מיט א געפיהלפיר לשון הקדוש זאנדערן זאלל אויף דענקעןאונד שפרעכען אין איהר. דיא פראכטפאללעשירים פון יהודה הלוי האבען נאר אן אנדערן טעםאז מען לעזט זיי אין דער שפראך אין וועלכער זייאזיינען געשריעבען געווארען. דיא לאנגע ווינטעראבענדע זיינען שוין דא, וויא קען מען זייא בעסערבעניטצען, אלס מיט לערנען אונזער מוטטערשפראך.
* *
טבת איז ביי אונז א מאָנאט פולל מיט טרויריגע זכרונות. אין דעם מאָנאט עשרה בטבת בעקלאָגען מיר דען אנפאנג פון חורבן ירושלים. אן יום טבת 1394 זיינען דיא אידען ארויסגעטריבען געוואָרען פון פראנקרייך אונד דער רשב"ם איז געשטאָרבען 13 טעג אין טבת. ווירקליך א טרויגער חודש. אין דיעזען מאָנאט פון נאציאָנאלע טרויער זיינען צוזאמען געקומען אייניגע הונדערט אידישע פרויען אונד מענער צום ציוניסטען קאָנגרעסס אין באזעל אום צו בעשפרעכען דיא אידישע לאַגע אונד אום צו שאפען מיטלען וויא צו העלפען דיא אונגליקליכע פון זייער פאָלק. 16 טעג אין טבת תרס"ב האט זיך געעפענט דער פינפטער ציוניסטען קאָנגרעסס. א שטראַהל פון האָפפנונג אין מיטען פון ביטערע ערינערונגען.
בן יחיאל.
הויפטען אז נור א רוסישער איד קען זיין א ריכטיגער ציוניסט, דורך דעם שטעהט אין א סכנה דיא נאנצע בעוועגונג אין ענגלאנד. דיא בעסטע מעננער אונד דיאיעניגע וועלכע האבען געגעבען זייער געלד אונד צייט, האבען זיך אפגעזונדערט פון דיא ענגלישע ציוניסטישע פעדעריישאן אין דער צייט ווען דיא בעוועגונג דארף האבען אלע אונטערשטיטצונג, איז עס צו בעדויערן דאס מחלוקת זאללען פארקומען צווישען ציוניסטען. מיר האבען איממער געמיינט דאס אים ציוניזמוס פעראייניגען זיך אלע אידען אונד דאס דיא בעוועגונג איז ניט נאר פיר רוסישע, דייטשע ענגלישע אדער אמעריקאנישע אידען, זאנדערן פיר דיא אידען מארבע כנפות הארץ. דיא צושטענדע אין ענגלאנד דארפען פיר אונז אין אמעריקא זיין א ווארנונג. נור דורך אחדות אונד שלום קען דער ציוניזמוס פארטשריטטע מאכען. קיינער האט דאס רעכט צו זאגען דאס דער איד וואס רעדט דייטש איז א בעסערער ציוניסט וויא דער איד וואס רעדט ענגליש אדער פראנצעזיש. מיר זיינען אלע אידען, כל ישראל אחים. עס איז צו פערדויערן דאס אידען רעדען ניט איין שפראך אונד ציוניסטישע סאסייעטיס מוזען זייער מעגליכסטעס טוהן לשון הקודש צו פערשפרייטען. קלאססען מיססען געגרינדעט ווערען אום צו לערנען דיא הייליגע שפראך. דיא העברעאישע צייטונגען, ביכער און בראשורען מוזען אונטערשטיצט ווערען. דיא העברעאישע ליטעראטור איז זא רייך וויא דיא ליטעראטורען אין אלע אנדערע שפראכען. בער
