The Maccabaean · Vol. II, No. 1 · January 1902
46printed page
scan 46 of 52
Facsimile · scan 46 of 52
Scan of p. 46
Text · transcribed from the scan

ציוניזמום - יורענטהום

צווייא ווערטער מיט איין בעדייטונג

בעקומען דיא זעלבינע בעדייטונג וויא ירושלים. ציון און ירושלים זיינען געווארען איינס און דאס זעלבע, און דיא נביאים האבען זייא זעהר אפט געברויכט צוזאמטען, אדער איינס אנשטאט דאס אנדערע. אין פערלויף פון דיא יאהרהונדערטע וואס דאס אידישע פאלק און דיא אידישע מלוכה האט זיך ענטוויקעלט, האט זיך אויך דער בעגריף פון דעם נאמען "ציון" אויסגעברייטעט און גער וואכסען, אזוי דאס ווען מען האט געזאגט "ציון" אדער "בת ציון", האט מען דארונטער פערשטאר נען דאס גאנצע אידישע פאלק, וויא עס שטעהט און געהט, מיט זיין לאנד, מיט זיין אמונה, מיט זיין מלוכה, דיא גאנצע יידישע אומה וויא זייא דאמאלס געוועזען.

אין דעם זינן איז דאס ווארט ציון געברויכט גע־ווארען פון דיא פערפאססער פון תהלים, פון דיא משוררים פון בית שני, פון דיא תנאים און אמורים, פון דיא אנשי כנסת הגדולה, פון דיא משוררים מחברים און מקוננים פון מיטעלאלטער. אין דעמועלביגען זינן ווערט דער נאמען ציון געברויכט אויך פון דיא היינטועלטיגע אידישע שרייבער. ציון, מיט איהר לעבען אונד שטרעבען, האט ארויסגעבראכט א געוויססען געדאנק, א געוויססע פילאזאפיע, א געוויססע וועלט א נ ש ו ו א ו נ ג. ווען ישראל איז געוועזען אין זיין קינדהייט, איז דיעזער געדאנק געוועזען בעשרענקט נור אויף דאס אידישע פאלק אליין. דאס איז געוועזען א נאציא־נאלער געדאנק פאר א קליינע נאציאן. זיי האבען געהאט זייער שטאמס, זייער גאט, זייער לאנד, און האבען פון אנדערע פעלקער ניט געוואלט וויסען. אבער אין פערלויף פון יאהרהונדערטע וואס דיא אידען האבען עקזיסטירט אלס א פאלק האט אויך דיעזער געדאנקען געוואכסען. דיא נביאים האבען שוין געפרעדיגט דעם אידישע געדאנקען ניט צו אידען אלליין, זאנדערן אויך צו אנדערע פעלקער. זיי האבען שוין געדערט צו דער גאנצער וועלט פון דער אחדות פון נאט, פון א פעראייניגטער מענש־

"ציוניזמום" איז כמעט נאך א שפאניל-נייעס ווארט, ערשט פון נאדיל ארויס; מיר הערן איהם ערשט זייט פינף-זעכס יאהר; אבער דער געדאנק וואס ליענט אין איהם און וואס ווערט דורך איהם ארויסגעזאגט איז אזוי אלט וויא דאס אידישע פאלק.

דאס ווארט "ציוניזמום", וויא מען זעהט בער שיינפערליך, שטאמט פון דעם נאמען "ציון"; און ציון איז — וויא יעדער איד ווייס — א נאמען פון איין ארט אין ארץ ישראל. דאס ווארט ציון האט אויך א בעדייטונג. אין לשון קודש ציון הייסט "אויסצייכנונג", אדער א זאך וואס צייכענט זיך אויס, וואס שטעקט ארויס, וואס ווייזט זיך פארן אויג. ווען דוד המלך האט איינגענומען דיא שטאדט שלם (ירושלם) פון יבוסי, האט ער בער פעסטיגט א בארג וואס איז געלעגען בייא דער שטאדט, און דיא דאזיגע פעסטונג האט דער האלטען דעם נאמען "מצורת דוד", דיא פעסטונג פון דוד, און דער תנ"ך זאגט אונז: "מצורת דוד היא עיר ציון" — דיא פעסטונג פון דוד איז דיא שטאדט ציון. צו האט דיעזער בארג געהייסען ציון דערפאר וואס דוד האט איהם אויסגעצייר כענט, אדער ער האט געהייסען ציון נאך אידער דוד האט איהם איינגענומען — דאס איז אונז קיין נפקא מינא. צום ענין דארפען מיר נאר וויסר סען פון וואנען דער נאמען ציון איז צו אונז גער קומען.

דיעזער בארג איז שפעטער געווארען אלץ וויכטיגער און אנגעזעהענער. זיין אנזעהען איז געוואכסען צוזאמען מיט דעם אנזעהען פון מלכות בית דוד. ירושלים איז געוועזען דיא הארץ פון דעם ישראל צוליב דעם בית המקדש און צוליב דעם בית המלוכה; ציון איז געוועזען דיא הארץ פון ירושלים, ווייל אויף דעם הר ציון וואס געוועזען דער קעניגליכער פאלאסט און דיא וויכטיגער עירונגס-געביידען. מיט דער צייט איז דער נאמען ציון געווארען אזוי וויכטיג, דאס ער האט