בעהערשט שוין הייטע דיא הערצער פון מיליאן נען, אונד מיר זיינען פאלשטענדיג איבערצייגט דאס א טיעפע אויפפאסונג פון זיינע פאליכטען אונד סיסטעמאטישע בעטהעטיגונג פון זיין גאנצען פראגראם וועט פיהרען צום זינג. נאר אהן מורא ווייטער געהען.
אונד אין זשארגאן זיינען אויפגעשטאנען דיא אי- דישע מאססען צו בעלעהרען אונד צו בילדען. לשון הקודש איז וויעדער א לעבענדיגע שפראכע געוואָ- רען אונד פאר דיא היינטוועלטיגע צוועקען אדאפ- טירט. דער ציוניזמוס, אנגעפאנגען פון א קליינע צאהל,
דיא קאמערציעלע צוקונפט פון פאלעסטינא
וויכטיגע רעדען פון בעריהמטע מענגער
ציוניסטישער בעוועגונג אונד דאס עס איז א גרויס ארטיגע אידע. מר. זאגנוויל, וועלכער האט א פייערדיגע רעדע געהאלטען, האט געזאגט, אז פאלעסטינא מוז אהן צווייפעל אין דער נאהענסטען צוקונפט ווערין דער צענטראל-פונקט פון א טהעטיגקייט. ווער עס וועט אויף צולעצט ווערין בעל הבית פון פאלעסטינא, מוז דאס לאנד אונבערדינגט באריהרט ווערין פון דעם איינפלוס פון דער מאדערנען ציוויליזאציאן אונד אינדוסטריע. דער בעסטער קאסטומער פון פאל לעסטינא וואר ביז יעצט ענגלאנד, אונד מיט בעד דויערן מוז מען בעמערקען, אז דיא ענגלישע שיפס פערבינדונג מיט פאלעסטינא געהען ריקווערטס אונד ניט פארווערטס. אין פאלעסטינא קען מען געפינען אונגעהייערע קוואנטיטעטען פון ארענד שעס, ראזשינקעס, אייל אונד וויין, אונד אויף איז עס א פאסטענדער ארט פיר טאבאק אונד צוקער אונד אויף אין דער ערד זיינען ענטהאלטען וויכ טיגע, נעטיגע אונד ווערטפאלע ארטיקלען. ער (זאגנוויל) האט ניט קיין מורא וועגען דער צר קונפט פון פאלעסטינא, וויא באלד אין לאנד ווע לען זיין דיא געטהיגע אייזענבאהנען אונד שאסייען מיט וועלכע מען האט יעצט איין אנפאנג גע מאכט. מר. זאגנוויל האט אויף דערמאנט דיא קאלא ניזאציאן אינטערנעהמונגען פון באראן רויטשילד אונד באראן דע הירש. זיי האבען אפיר געט מיינט. אז זייערע בעמיהונגען זיינען ניט ווינשענס ווערט אונד קעננען ניט קיין סוקסעס האבען, ווייל זיי האבען זייערע קאלאניעס געגרינדעט אויף א גרויסארטיגען שנארד-סיסטעם, אונד דיא קאלא ניסטען זינד געצוואונגען שנארערס צו ווערען.
מיטוואך אבענד דען 20טען נאוועמבער האט שטאטגעפונדען אין "ארטיקעל קלאב", אין לאנדאן, א וויכטיגע דעבאטע איבער דעם ציוניזמוס. דער הויפטרעדער וואר הער ישראל זאנגווילל, דער גרויסער אידישער שריפטשטעלער אונד ציוניסט. דער טשערמאן וואר לארד סאפפיעלד, איינער פון דיא העכסטע לארד פון גאנץ מלכות ענגלאנד. אויסערדעם ווארען אנוועזענד ביי דעם מיטינג דער גענעראל-אגענט פון זיך. א. י. גריינשער (דער גענעראל-אגענט פון זיך אויסטראליען), האנ. ה. ד. לעפראי (גענעראל-אגענט פון ניו סאוט וויילס), האנ. א. דאבסאן (גענעראל-אגענט פון טאסמאניא), האנ. י. ה. טורנער (גענעראל-אגענט פון בריטיש קאלאמביא), אדמיראל דער האנ. סער ע. ר. פרימאנטל, גענעראל סער טשארלס ווילסאן, סער וויליאם ראבינסאן, ארטשידיקאן סינקלער, הרב דר. גאסטער, האנ. סער דזאהן א. קאקבערן, סער פיליפ מאגנוס, קאלאנעל גאלדסמיד, מר. י. פ. רעמנאנט (מעמבער פון ענגלישען פארלאמענט), מר. א. כהן אונד מר. י. קאטלער (צוויי גרויסע ענגלישע אדוואקאטען), רעוו. סלע דין. קארנעד וואלל, סער דז. האססע, מר. האלל קיין, מר. דז. ר. סיס אונד מר. דז. ב. שאוו (דריי פון דיא גרעסטע שריפט-שטעלערס פון ענגלאנד). דיא נעמען וועלכע זיינען דא אויפגעצייכענט בעווייזען דאס דיא גרעסטע מעננער אונד בעסטע דענקער פון דיא ענגלישע הויכע געזעללשאפט געהען אינטערעססע אין אונזערע הייליגע בעוועגונג. דער טשערמאן, לארד סאפפיעלד, האט געזאגט דאס ער סימפאטיזירט פאלשטענדיג מיט דער