מר. דשארדזש בערנארד שאוו, איינער פון דיא גרויסע ענגלישע קריטיקער אונד פאליטישע אונד מאטארס האט געזאגט, אז ער האט פיעל סימ־ פאטהיע פיר דעם ציוניזמוס, ווייל ער איז איין אייריש־מאן אונד ווייל עס איז צו געפינען פיעלע פערבינדונגס־פונקטען פון דיא פערפאלגטע אידען מיט דיא אונטערדריקטע אייריש־לייט. אז פא־ לעסטינא זאלל וויעדער ווערען דיא היימאטה פון דיא אידען, מוז געשאפען ווערען א נייעס פאלעס־ טינא, אויפגעבויט פון דיא בעסטע אידישע קרעפ־ טע, אונד עס מוז זיין א זעלבסטשטענדיגע אידישע מדינה.
ארטש-דיקאן סינקלער, אים נאמען פון דער ענגלישער קירכע, לייקענט אפ אז זיי זיינען פיינד-ליך געזאגען צו אידען.
נאכדעם דר. נאסטער האט געהאלטען איינע פראכטפאללע רעדע אין וועלכער ער האט בעוויזען אז דיא אידען האבען איממער געוואלט נאך זייער אלטער היימאטה צוריקגעהן אונד האט אויס-געדריקט דיא האפנונג דאס אללע וועלען דעם בע-דריקטען אידישען פאלק מיטהעלפען, האט ער געדאנקט דזשאדש ר. סימס פאר זיין סימפאטיע צו דיא בעוועגונג.
דער סערבישער מיניסטער אונד סער טשארלס ווילסאן האבען אויך אים זעלפען טאן געשפראכען. דער מיטינג וואר זעהר ענטהויאסטיש אונד די רעדנער, איפערהויפט מר. זאנגווילל, זיינען לויט אונד לאנג אפלוידירט געווארען. מיר קענען גראטולירען אונזער גרויסען פיהרער דר הערצל פאר די גרויסע פארטשריטטע וואס די פעווענונג מאכט, פיר וועלכע ער ארפייט טאג אונד נאכט.
דער ציוניזמוס האט זיך אלס אויפגאבע געשטעלט אין פאלעסטינא צו שאפפען א נייע היימאטה פיר דאס אידישע פאלק. אונד דער ציוניזמוס וועט זיך שטיצען אויף א „טשארטערד קאמפאניע“, אקר דענדער אין סויט-אפריקא געגרינדעט. דאס פאלק זעלבסט האט שוין איין אנפאנג געמאכט פיר דעם גרינדען פון א אידישע קאלאניאל באנק.
מר. זאנגווילל האט שטארק אטטאקירט דיא אידישע מיליאנערען, וועלכע שטעהן פון ווייטען אונד העלפען ניט דיא ציוניסטישע בעוועגונג אויסצופיהרען. דער סולטאן, האט ער געזאגט, איז בערייט מיט דעם אידישען פאלק צו האנדלען אונד דיא פראגע איז נור איינע פון געלד. באלד 90 פראצענט פון דיא שער-האלדערס אין דיא אידישע באנק זיינען ארימע אידען, אפעלירט ער יעצט צו קריסטען מיטצוהעלפען א היימאטה פיר דאס אידישע פאלק צו שאפפען. דער איד וועלכער איז שוין מיעד פון הערמוואנדערן פון איין לאנד צום צווייטען ווילל אהיים געהען אונד ער בעט דיא הילפע אום צוריקצוגעבען דאס לאנד אהן א פאלק צו דעם פאלק אהן א לאנד.
דער בעריהמטער ענגלישער שריפטשטעללער מר. האלל קיין האט אין א ערנסטער רעדע אונד טערשטיצט דיא ערקלעהרונג פון מר. זאנגווילל. עס קען זיין אז ציוניזמוס איז נור א חלום, האט מר. קיין געזאגט, אבער עס איז א חלום וואס האלט בייס לעבען דיא נשמה פון דיא ארימע איד-דען אין אייראפא. ער אלליין האפט אז פאלעס-טינא וועט וויעדער ווערען דיא היימאטה פון דיא אידען אונד אפשר אונטער דער בעשיצונג פון דיא גרויסמעכטע פון אייראפא.
דער ציוניזמוס אין ניו יארק
טערשטיצען דאס גוטע אונד קריטיקירען דאס שלעכטע מיט די מעכטיגע קראפט פון אמת'ע ליטעראטור.
וויא מיר וויסען, איז ציוניזמוס ניט קיין נייעס, ווייל גלייך נאך דעם לעצטען חורבן האבען אידען אנגעפאנגען טרויערן, און האבען געשווארען ניע-מאלס צו פערגעססען אין „ציון“, אונד דורך די עזע זיפערגעבענהייט זיינען זיי ביז צום היינטיגען טאג א נאציאן פערבליעפען, אונד דורך די לאנגע
אלס ציוניסט וועלכער פערברענגט צווישען דיא ניו יארקער ציוניסטישע קרייזען, גלויב איך דאס איך וועל אים שטאנדע זיין א קורצען איבערבליק צו געבען, איבערהויפט ווען איך האב דיא געלעג גענהייט דאס צו פערעפענטליכען אין איין ציוניס-טישען ארגאן וויא דער „המכבי“.
עס איז קיין צווייפעל דאס דיא בעוועגונג האט שוין לאנג געטהיג געהאט איין ארגאן, וועלכער זאלל פערטיידיגען ציוניסטישע אינטערעסען, אונד
