מיט שאקעלדיגע צווייגען, און וועלכע האבען געוואונגען אלס איין אנטווארט צו דאס שייפען פון ווינט.
זיי זינגען וויא דיא מלאכים'ס הארפען! האטדער ווינטעלע ענטציקט אויסגעשריען, דאס מוזזיין זייער גרוס צו מיר! דאס איז אבער געוועזענשרעקען. דיא זיפצענדיגע ביימער האבען זיך איינ-געבויגען — כמעט ביז צום צוברעכען, און האבענגעציטערט אין אלע זייערע גלידער, אונד דערווינטעלע האט געמיינט זייא בייגען זיך איהם צו ווילקאמען. ער האט ניט געוואוסט דאס אויבזייא וועלכע זיך ניט בייגען וועלען זייא צוברעכען.ער איז אנגעקומען אין נאך ווארעמערע לופט,זיין אטהעמען איז פערוואנדעלט געווארען איןשנייא און זיינען געפאללען אויף דיא ערד. דיאערד איז ווידער געווארען בלאס און ווייס, ארונ-טער קוקענדיג האט ער געזעהן וויא דיא וועלדעראון טהאלען זיינען געווארען ווייס, דאס דיא פעל-דער זיינען געווארען איינגעוויקעלט אין תכריכים.מענשען זיינען ארויס געקומען פון זייערע הייזערברעכענדיג דיא הענד און אין פערצווייפלונג הא-בען זייא ארויף געקוקט צום הימעל, און דער ווינ-טעלע האט זיך זעהר געוואונדערט.
און נאך אלץ איז ער געפלויגען צו דרום זייט ביז ער איז געקומען צו א געוואלדיגע גרויסע שטאדט, וואס איז געוועזען געבויט אין א ליבלי-כען טהאל, ארומגערינגענט מיט גערטנער. דאס גאנצע לאנד איז געלעגען לאכענדיג אין פריהלינג'ס שויס, וויא א קינד וואס האט זיך אקארט אויפ-געהאפט, צו פויל זיך צו בעוועגען, און אויף זיינע האלב געשלאסענע בירמען ליענט נאך דער טויא פון שלאף. פרוכט-ביימער האבען געבליהט, דיא צווייגען זיינען געווען פול מיט זאפט צום צופלאט-צען. דער הימעל איז געוועזען בעהאנגען מיט וואלקענלאזע בלאהקייט; דיא פייגעלעך האבען געזונגען זייערע האפנונגען אין דיא פרעהליכע זונ-שיין, און אין דיא גערטנער האבען דיא בלומען פערשפרייט א רייכטהום פון פורפור, געלב, ווייס און רויט.
אך, וויא שען! האט דער ווינטעלע אויסגער-פען, און צוריקווארפענדיג זיינע לאקען וואס זיינען נאך געוועזען נאס פון דיא ים וואססער, האט ער זיך אראפ געלאזען נידריג ביז ער. האט געקניעט אויף דיא גראז ביי דיא בלומען. ער האט זייא צוגעדריקט צו זיינע אייזענע ליפפען, און האט צו זייא געזונגען אין א שטילע מעלאדיע וויא א מוט-
א וועללע איבער א וועללע, מאנכעס מאָל, ווען דער ווינטעלע האט זיך עפ עס פערבויגען, האט ער איינגעטונקט זיינע שפיטץ פליגלען אין דעם שטורמדיגען שוים; אבער באלד האט ער זיך וויער-דער דערהויבען מיט א גרויסען שפ רונג, זיינע אויס-געשפרייטע פליגלען האבען געמאכט א ווילדע פיי-פעדיגע מוזיק, און אויף זיינע ליפ פען איז געווען דער טאָן פון א געזאנג, טרויריג וויא דאס קלאגען פון ים.
אך, וויא וואונדער שעהן דאס איז! האט דער ווינטעלע געשריען זיך אויסווישענדיג דיא אויגען פון דיא געזאלצענע ים וואסער וואס האבען ארויף געשפריצט, און צוריקווארפענדיג זיינע לאקען וואס האבען געטריעפט מיט ים-שוים, אזוי גליקליך האב איך מיר אין מיין גאנצען לעבען ניט געפיהלט, אט דאס איז פערגניגען!
באלד איז ער אנגעקומען אין אנאנדער געגענד. דער ים האט זיך אויסגעכאָזען און אויף זיין שטעלע איז געקומען א שרעקליכער מדבר, פון דיא זון גע-טריקענטע סטעפּעס, מיט היער און דאָ שטיל לוי-פעלגיגע צום ים; שפּיטציגע בערג געקרוינט מיט שנייא און ווילד אויסזעהענדיג. ער איז געפלויגען איבער אונגעהייערע אָזעראָס און בערג, אבער אימער אין א גראדע ליניע, אָהן זיך אויפצוהאל-טען, צו דרום זייט. דיא זון, א גרויסער רויטער באלל מיט פייערדיגע אָרעמס, וועלכער האט זיך דעם גאנצען טאג געיאגט איבער דעם הימעל, איז ענדליך אונטערגעגאנגען אויף מאָרגען וויעדער אויפצושטעהן — און דאך האט דער ווינטעלע אלץ געפלויגען.
איך האב מורא פאר דיא זון, האט דער ווינטעלע צו זיך געזאגט, איהרע שטראהלען זיינען שארף, זייא שטעכען מיין הויט וויא נאדלען! דער אונ-ערפאהרענער ווינטעלע האט נאך ניט געוואוסט דאס דיא זון איז גרעסטער שונא, זיא האלט אן אויביגע מלחמה מיט דיא קעלט, וועלכע איז דעם גראד-ווינט'ס לעבען, און אינסטינקטמעסיג איז ער ארונטער נידריגער צו דיא ערד.
און איצט האט זיך פאר איהם געצייגט גאר אאנאנדער וועלט, א גרינע וועלט — וואס האט זיךאויסגעשפרייט מיט וועלדער פול מיט ביימער,וועלכע האבען געוואכסען הארט ביז דיא בערג,און האבען אנגעשטאפט דיא טהאלען, און זאגארזיך צוגערוקט צו דיא ברעגעס פון דיא טייכען;זייערע שפיטצען האבען אויסגעוויעזען וויא א ים
