The Maccabaean · Vol. I, No. 3 · December 1901
89scan
of 102

דיא

פיטרטע יעהרליכע קאנווענשיאן

פון דיא

פעדעריישאן אף אמעריקאן זייאניסט

ערשטער טאנ.

ערשטע זיטצונג.

דיא פערזאמלונג ווערט גערופען צו ארדער פון פארזיטצענדען פראפעסאר ר. נאטטהייל. רעוו. גוסטאוו נאטטהייל ערעפנעט דיא זיטצונג מיט א געבעט. דער סעקרעטער לעזט פאר דיא ליסטע פון דיא דעלעגאטען אונד א בריעף פון דר. טהעא־דאר הערצל. [דען אינהאלט פון בריעף וועט דער לעזער געפינען אין דער ענגלישער אבטהיילונג פון דיעזען נומער.]

דער פרעזידענט גיט איבער דעם פארזיטן אן דר. סטיװען ס, װייז ביז ער װעט פערטיג װערען מיט דעם פארלעזען פון זיין יאהרעס־בעריכט. [דעם כער ריכט זעה אין דער ענגלישער אכטהיילונג.]

פראפעסאר נאטטהייל ענדיגט זיין בעריכט מיט פארלעזען א קייבעלדעפעשע פון לאנדאן צום ניר יארקער ענגלישען העראלד, אין וועלכער עס ווערט ערקלעהרט אין נאמען פון דר. הערצל דאס דער טירקישער סולטאן איז א פריינד פון דיא ציוניסטען.

אויף פארשלאג פון מר. בלומפערג ווערט דערבעריכט פון פרעזידענט איבערוויעזען צום קאמיטעוועגען בעריכטע פון פעאמטע.

אויף ערזוכען פון פרעזידענט לעזט מר. מאררי סאן, האנארארי סעקרעטער פון פעדעריישאן, זיין יעהרליכען פעריכט. [געפינט זיך אין דער ענגלישער אכטהיילונג.]

אויף פארשלאנ פון מר. בלומפערג ווערט דעם סעקרעטערס בעריכט איבערוויעזען צום קאמיטע ווענען בעריכטע.

דער פרעזידענט ערקלעהרט דאס דער בעריכט [XXXW]