The Maccabaean · Vol. I, No. 3 · December 1901
XXXIIprinted page
scan 86 of 102
Facsimile · scan 86 of 102
Scan of p. XXXII
Text · transcribed from the scan

פעדיע, ״פון וועלכע עס איז שוין ערשיענען דער ערשטער באנד. ער האפט דאס יעדער ציוניס- טישער פעראיין וועט ווערען א סובסקרייפער פון דיעזע וויכטיגע ווערק.

מר. זאלאטקאף לעזט דעם בעריכט פון קאמיטע וועגען בעריכטע פון בעאמטע. דאס קאמיטע רעקאמענדירט דאס עס זאל ערלויבט ווערען דיא גרינדונג פון א סוב-פעדעריישאן מיט הויפט אפיס אין שיקאגא פיר דיא סטייטס אילינאיז, מישיגען, אינדיאנא, וויסקאנסין, מינעסאטא, נעבראסקא און קענטאקי; דאס עס זאל געשאפען ווערען א ציוניסטישער ארגאן; עס זאל ערגאנט ווערען איין עטור פיר בעסערע קאמיטע, און עס זאל געזארגט ווערען פיר בעסערע אונטערריכטס-מעטהאדען אין יודישע חדרים און תלמוד-תורה'ס

דער בעריכט ווערט איינשטימיג אנגענומען.

עס ווערט פארגעלעזען דער רעזולטאט פון די וואהלען. אלס ווייס-פרעזידענטען זיינען געוועהלט געווארען: רעוו. דר. גוסטאוו גאטטהייל, רעוו. ה. מאסלאנסקי, רעוו. י. זעף פון ניו יארק; רעוו. דר. מאסלאנסקי, רעוו. ה. ב. לעווענטהאל פון פילא-דעלפיא; רעוו. וו. ס. מרגלית פון באסטאן. רעוו. ש. א. דיינארד, שיקאגא; רעוו. ח. י. סילווער, וואוסטער; מר. ל. נ. דעמביטץ, לואיסוויל; און רעוו. איזיראר מייערס פון סאן-פראנציסקא. אין עקזעקוטיוו קאונסיל זיינען געוועהלט געווארען: רעוו. דר. ב. ל. גארדאן, מר. מאזעס קליין, מר. מ. ראזענבוים און מר. נ. ה. מייער פון פילארעלפיא; דר. ס. מאזעסזאן, מר. א. ראדין, מר. י. עללען און מר. ביסקא פון ניו-יארק; מיסס הענריעטטא סאלד און מר. ש. אבעל פון באלטימאר; מר. מ. לאנדע פון באסטאן; און מר. ס. ד. סאלאמאן פון סיראקיוו.

דר. ווייז, לעזט דעם בעריכט פון זשורנאל קא־מיטע. דאס קאמיטע רעקאמענדירט דאס דיא פעדעריישאן זאלל ביישטייערן 500 דאלער יעהר־ליך און יעדער פעראיין 5 דאלער יעהרליך צום אויסהאלטען פון א מאנאטליכען זשורנאל אין ענג־ליש און יודיש, און דאס דיא ארויסגאבע פון זשור־נאל זאל איבערגעבען ווערען צום עקזעקוטיוו קאמיטע. דער פרעזידענט שפריכט צו גונסטען פון דיעזע רעקאמענדאציאן. נאך א קורצער דעבאטע ווערט דער בעריכט אנגענומען.

רעוו ה. ס. מאראיס, משערמאן פון קאמיטע פיר רעזולטאט, לעזט פאר זיין בעריכט. דאס קאמיטע רעקאמענדירט פאלגענדע צעהן רעזולטאט:

צווייטע זיטצונג.

עס ווערט אויפגענומען די פראגע וועגען פערקויף פון דיא שערס פון דיא יודישע קאלאניאלבאנק.

דער פרעזידענט ערקלעהרט דאס דיא פערשפער-מינונגען אין אנקומען פון שערס קומט אפט ארויס דורך דיא אונריכטיגע אנגאבע פון נעמען און אדר-דרעססען; דאס דער נויארקער אפיס אטענדעט פינקטליך צו זיינע פפליכטען; אונד דאס לויט דעם לעטצטען צירקולאר פון דיא קאלאניאל באנק איז דער 30טער יוני פעסטגעזעצט געווארען אלס דער לעטצטער טערמין צום אריינבריינגען פון דיא אויסשטעהענדע אינסטאלמענט אויף שערס. א פארשלאג ווערט אנגענומען דאס אללע ציוניס-טישע פעראיינע זאללען ערזוכט ווערען צו בילדען שערקלאבס פיר פערקויף פון שערס אויף קליינע אויסצאהלונגען.

עס ווערט געגאנגען צור וואהל פון 10 ווייספרער זידענטען און 12 מיטגלידערער פון עקזעקווי קאונסיל. אויף דיא באלדאט-צעטטעל געפינען זיך דיא נעמען פון 13 קאנדידאטען פיר ווייס-פרעזידענט און 14 קאנדידאטען פיר עקזעקווי קאונסיל. דער פרעזידענט ערגענט דר. ב. ל. גארדאן און מר. זאלאטקאף אלס צעהלער פון דיא באלדאטס. וועהרענד דיא באלדאטס ווערען געצעהלט שטעלט דער פרעזידענט פאר רעוו. דר. דראכמאן פון ניו-יארק.

דר. דראכמאן בעטאנט דיא וויכטיגקייט פון פאלגענדע פונקטען: 1) דיא ציוניסטען מוזען שטרעבען צו שטארקען דעם יודישען גייסט, ציוניזמוס איז נאטהווענדיג פיר יודענטהום און ציוניסטען איז נאטהווענדיג פיר ציוניזמוס. 2) ציוניסטען מוזען ארבייטען פיר דיא פערפרייטונג פון דיא העברעאישע שפראכע, וועלכע בינדעט צוזאמען דיא יודען פון אלע לענדער. 3) ציוניסטען מוזען פאטראניזירען דיא פראדוקטען פון יודישע קאלאניסטען און ארבייטער אין ארץ ישראל. עס איז וויכטיג צו ערמוטהיגען דיא כרמל וויין קאמפאני אויף יעדער מעגליכער ארט. 4) דיא יודישע קאלאניאל-באנק מוז געשטיצט ווערען פיעל מעהר אלס ביז יעצט. געלד איז ניט אלעס, אבער אזא בעוועגונג קען ניט געפיהרט ווערען אהן געלד. 5) ציוניסטען דארפען ניט מיעד ווערען, נור ארבייטען געדולדיג ביז זייער צוועק איז עררייכט. דער פרעזידענט ציעהט דיא אויפמערקזאמקייט פון דיא דעלעגאטען אויף דיא "יודישע ענציקלא-"