The Maccabaean · Vol. I, No. 3 · December 1901
144printed page
scan 40 of 102
Facsimile · scan 40 of 102
Scan of p. 144
Text · transcribed from the scan

ארץ ישראל אין די פאלעם... נא, איך וועל בעסער ווארטען!"

ר' כתריאל דער דיפלאמאט: "ישובארץ-ישראל? ניט קיין שלעכטער רעיון! אבער אגרויסע סכנה! אין מזרח זייט ליענען די אזיא-טישע מדינות, אין מערב זייט די אייראפעאישעםדינות, ארץ-ישראל ליענט אין סאמע מיטטען.וואס וועט, א שטייגער, זיין, אז די אומות העולםפון ביידע זייטען וועלין מאכען יד-אחת און וועליןמיט אונז וועלען מלחמה האלטען? און דאס איזדאך ידוע, אז אויף דעם אידען פאלען דיכלבים תמיד אן! אם כן וועל איך ניט פאהרעןביז ענגלאנד וועט אונז אוועקשענקען איהר פלאט-טע, ביז דייטשלאנד וועט אונז אוועקגעבען איהרעקאנאנען און ביז רוסלאנד וועט אונז אריינשיקעןאללע איהרע קאזאקען. האבענדיג אט די אידי-זאכען, קענען מיר זיכער זיין, אז קיין מלוכה וועטאונז ניט טשעפען!"

דער פאליטישינער: "ווען איך זאל וויססען, אז מען וועט מיך דארטען עלעקטען צום וועניגסטען פאר א גאווערנאך פון טבריא וואלט אויך נאך היינט אוועקגעפאהרען!"

דער "קאדעט": "עס וואללט אפשר ניט קיין קרומע זאך געווען צו פאהרען נאך ארץ-ישראל! די טערקען זיינען גרויסע בעלנים אויף "לעבעדיגע סחורה". אידישע און אראבישע מיידלעך קען מען דארט קריעגען לרוב. עס איז אבער א גרויסע צרה מיט די אידישע דינים! דא אין אמעריקא האבען מיר, קאדעטען, פראטעקשען, דא לאזט מען אויף אונז א שטויב ניט פאללען, און דארט, אין ארץ ישראל, וואס טהוט מען מיט די אידישע "זשעראמס" און מיט די אידישע "פריינק מאסס'ס?" אקשיא אויף א מעשה, מען קען נאך דארטען חאפען סקילה, שריפה, הרג וחנק! — נא, לאס איך בעססער בלייבען אין עלען סטריט!" די אידישע "דאמע": "הא? פאהר רען אין ארץ-ישראל? פון מיינעטוועגען! מיין דאקטאר האט מיר טאקי געזאגט, אז די אידישע קער לופט איז מיר שעדליך צו מיין קאמפלעקשען, און אז איך וועל איבערבייטען די לופט וועלען פערפאללען ווערין די פימפעלס פון מיין פייס. אבער עס איז נאך צייט! דערוויילע איז נאך דארט זעהר לאנגווייליג. מען קען דארט אויסגעהן פאר סקוקע. זאללען זיי איהרע דארט אויפעפנען קאנצערט-האללס, דענסיג-האללס און

סמען, דריי הונדערט פראצענט, וואלט איך געווען פון דיא ערסטע עמיגראנטען אין פאלעסטינא! דער קרעמער: "היינט געהאון ווייס אויב סערדינקעס, לאקס אונד לימבורגער קעז איז א סחורה אין ארץ ישראל? מען זאגט, יאקבי, אז דיא מענשען לעבען דארטען נור פון טייטלען און פון באקסארען!"

דער ראמאנענשרייבער: "נאך פאר לעסטינא געהן? מעהר האט מיר ניט געפעהלט! מיינע "הויכאינטערעסאנטע" ראמאנען לעזען דאך נור דווארניקעס, פוהרמאנעס און דיענסטמיידלעך, היינט וואו וועל איך געהמען דווארניקעס, פוהר מאנעס און דיענסטמיידלעך אין אלאנד וואו אללע אידען וועלען זיין בני-מלכים?"

דער צייטונג-ארויסגעבער: "פאר מיר איז ארץ-ישראל א טויט! מיין גאנצע עקזיס-טענץ איז דאך נור פון די אדווערטייזמענטס. אין ארץ-ישראל וועלען דאך נור זיין פעלדארבייטער, און פעלד-ארבייטער האבען ניט וואס צו אדווערטייזען!"

דער שיינקער: "וואס? אין ארץ-ישראל? בעססער אין דרערד אריין!... דאס איז דאך איין ארץ זבת חלב ודבש. און וועלכער משוגענער וועט דאס טרינקען א גלעזעל שנאפס אדער א גלאז ביער, ווען ער קען טרינקען מילך און האניג גאר אומזיסט?"

דער ליטווישער רב: "מיין גאנצע הכנסה איז דאך די קאראבקע פון הייווען, און ארץ-ישראל איז א לאנד וואו עס וואקסען פאר טיגע קיכלעך אויף די אבוימער, גאר אהן הייווען, נמצא: אז איך וועל דארטען אויסגעהען פאר הונגער!"

דער חסידישער צדיק: "עס איז דאךא בפירושע גמרא אז "אוירא דארץ-ישראלמחכים" (דיא לופט פון ארץ ישראל מאכט קלוגדיא מענשען), ניא? וואס וועט פון מיר ווערען,ווען מיינע חסידים וועלען מיט איינמאל וועריןחכמים און וועלין אויפהערן צו גלויבען אין מיינעמופתים, אין מיינע נסים און אין מיינע גלגולים?היתכן אז זיי וועלען מיר בריינגען זייערע פדיונות?דער בעל-אמונה: "וואס? פאהרען איןארץ-ישראל? מיט דער "ציהונסע?" מיט א שיף?אדער גאר עולה לרגל זיין? סטייטס, ישעיההנביא האט דאך געזאגט: והביאו בניך בחוצן,דאס הייסט: אז מען וועט אונז צוריק בריינגען נאך"